„די באַשעוויס זינגערס‟: ייִדיש־קאָמפּאַקטל פֿון אויסטראַליע

The Bashevis Singers: Yiddish CD from Australia

די „באַשעוויס־זינגער‟ (פֿון רעכטס): גדעון פּרײַס, האָסקי גאַווענדאַ און איווי גאַווענדאַ
די „באַשעוויס־זינגער‟ (פֿון רעכטס): גדעון פּרײַס, האָסקי גאַווענדאַ און איווי גאַווענדאַ

פֿון איציק גאָטעסמאַן

Published May 11, 2016, issue of May 27, 2016.

„די ערשטע לידער וואָס מיר האָבן אַמאָל געהערט זענען געווען ייִדישע לידער געזונגען פֿון אונדזערע באָבעס. אַפֿילו צו יענער צײַט, ווען מיר האָבן קיין וואָרט ייִדיש נישט פֿאַרשטאַנען, זענען די לידער אַרײַן אין אונדזערע הערצער‟
„די באַשעוויס־זינגערס‟

פֿון אויסטראַליע האָבן מיר באַקומען אַ נײַ קאָמפּאַקטל ייִדישע לידער פֿון מוזיקער, וואָס זענען מער באַקאַנט פֿאַר אַנדערע מינים מוזיק; אָבער לכּבֿוד זייער קולטור־ירושה — קינדער פֿון ייִדיש־רעדערס פֿון דער שארית־הפּליטה — זענען זיי זיך צוזאַמענגעקומען ווי אַ גרופּע מיטן קליגערישן נאָמען „די באַשעוויס זינגערס‟ — The Bashevis Singers — און אַרויסגעלאָזט די רעקאָרדירונג. די גרופּע — אפֿשר בעסער וואָלט געווען זיי אָנצורופֿן אַ משפּחה — באַשטייט פֿון האָסקי גאַווענדאַ און זײַן שוועסטערקינד גדעון פּרײַס, ביידע באַקאַנט ווי מוזיקער אין דער גרופּע „האָסקי‟. די דריטע אין דער קאַפּעליע איז די זינגערין איווי גאַווענדאַ, די שוועסטער פֿון האָסקי. עס נעמט אויך אָנטייל אין פֿיר לידער דער כאָר פֿון דער מעלבורנער „שלום־עליכם שול‟, אַ ייִדישע טאָגשול וווּ מע לערנט טאַקע ייִדיש.

דאָס היימישע געפֿיל וואָס עס שאַפֿט זיך ווען די זינגערס און מוזיקער קערן זיך אָן איינער מיטן אַנדערן, פֿילט מען בחוש אין יעדן ליד. דערצו האָט דער טאַטע פֿון האָסקי און איווי, דער אויסטראַליער זשורנאַליסט מײַקל גאַווענדאַ, אָנגעשריבן צוויי נײַע ייִדישע לידער מיטן זון. „פֿאַר דיר אַ ליד‟ דריקט אויס די נאָענטע פֿאַרבינדונג וואָס די ייִדישע שפּראַך שאַפֿט פֿאַרן טאַטן און זון.

פֿאַר דיר אַ ליד מײַן טאַטעשי אין ייִדיש, לאַנג אַוועק פֿון מיר
נאָר אין מײַן האַרץ ביסטו אין ייִדיש דאָ, אַ ליד פֿון מײַן זכּרון
מיט דיר אין מײַנע קינדעריאָרן
און דו מײַן מאַמעשי עלנט און אַליין אין דער פֿאַרגאַנגענהייט
לאַנג אַוועק ווען נאָך איין וואָרט אין ייִדיש האָב איך געהאַט
מאַמעשי גענוג געווען פֿאַר מיר מײַן מאַמעשי.

די מעלאָדיע און פֿאָלקישע אַראַנזשירונג זענען מלא־חן, און די שוועסטער און ברודער זינגען מיט האַרץ. אָבער, צום באַדויערן, הינקען אונטער די ייִדישע ווערטער אַ ביסל.

אַ סך רײַפֿער בנוגע די ווערטער איז דאָס צווייטע נײַ־געשאַפֿן ליד „טרוימען‟, אין וועלכן מע בענקט נאָך די קינדעריאָרן.

איך גיי מיר דאָרט אין גרינעם פֿעלד און זינג מיר צו אַ ליד אַ שיינס,
אַ ליד מײַן האַרץ האָט לאַנג געדענקט פֿון אַ צײַט וואָס איז נישטאָ,
ווען קינדער האָבן זיך געשפּילט אין גרינעם גראָז באַדעקטער וועלט.



Would you like to receive updates about new stories?








You may also be interested in our English-language newsletters:















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.