„די באַשעוויס זינגערס‟: ייִדיש־קאָמפּאַקטל פֿון אויסטראַליע

The Bashevis Singers: Yiddish CD from Australia

די „באַשעוויס־זינגער‟ (פֿון רעכטס): גדעון פּרײַס, האָסקי גאַווענדאַ און איווי גאַווענדאַ
די „באַשעוויס־זינגער‟ (פֿון רעכטס): גדעון פּרײַס, האָסקי גאַווענדאַ און איווי גאַווענדאַ

פֿון איציק גאָטעסמאַן

Published May 11, 2016, issue of May 27, 2016.

„די ערשטע לידער וואָס מיר האָבן אַמאָל געהערט זענען געווען ייִדישע לידער געזונגען פֿון אונדזערע באָבעס. אַפֿילו צו יענער צײַט, ווען מיר האָבן קיין וואָרט ייִדיש נישט פֿאַרשטאַנען, זענען די לידער אַרײַן אין אונדזערע הערצער‟
„די באַשעוויס־זינגערס‟

פֿון אויסטראַליע האָבן מיר באַקומען אַ נײַ קאָמפּאַקטל ייִדישע לידער פֿון מוזיקער, וואָס זענען מער באַקאַנט פֿאַר אַנדערע מינים מוזיק; אָבער לכּבֿוד זייער קולטור־ירושה — קינדער פֿון ייִדיש־רעדערס פֿון דער שארית־הפּליטה — זענען זיי זיך צוזאַמענגעקומען ווי אַ גרופּע מיטן קליגערישן נאָמען „די באַשעוויס זינגערס‟ — The Bashevis Singers — און אַרויסגעלאָזט די רעקאָרדירונג. די גרופּע — אפֿשר בעסער וואָלט געווען זיי אָנצורופֿן אַ משפּחה — באַשטייט פֿון האָסקי גאַווענדאַ און זײַן שוועסטערקינד גדעון פּרײַס, ביידע באַקאַנט ווי מוזיקער אין דער גרופּע „האָסקי‟. די דריטע אין דער קאַפּעליע איז די זינגערין איווי גאַווענדאַ, די שוועסטער פֿון האָסקי. עס נעמט אויך אָנטייל אין פֿיר לידער דער כאָר פֿון דער מעלבורנער „שלום־עליכם שול‟, אַ ייִדישע טאָגשול וווּ מע לערנט טאַקע ייִדיש.

דאָס היימישע געפֿיל וואָס עס שאַפֿט זיך ווען די זינגערס און מוזיקער קערן זיך אָן איינער מיטן אַנדערן, פֿילט מען בחוש אין יעדן ליד. דערצו האָט דער טאַטע פֿון האָסקי און איווי, דער אויסטראַליער זשורנאַליסט מײַקל גאַווענדאַ, אָנגעשריבן צוויי נײַע ייִדישע לידער מיטן זון. „פֿאַר דיר אַ ליד‟ דריקט אויס די נאָענטע פֿאַרבינדונג וואָס די ייִדישע שפּראַך שאַפֿט פֿאַרן טאַטן און זון.

פֿאַר דיר אַ ליד מײַן טאַטעשי אין ייִדיש, לאַנג אַוועק פֿון מיר
נאָר אין מײַן האַרץ ביסטו אין ייִדיש דאָ, אַ ליד פֿון מײַן זכּרון
מיט דיר אין מײַנע קינדעריאָרן
און דו מײַן מאַמעשי עלנט און אַליין אין דער פֿאַרגאַנגענהייט
לאַנג אַוועק ווען נאָך איין וואָרט אין ייִדיש האָב איך געהאַט
מאַמעשי גענוג געווען פֿאַר מיר מײַן מאַמעשי.

די מעלאָדיע און פֿאָלקישע אַראַנזשירונג זענען מלא־חן, און די שוועסטער און ברודער זינגען מיט האַרץ. אָבער, צום באַדויערן, הינקען אונטער די ייִדישע ווערטער אַ ביסל.

אַ סך רײַפֿער בנוגע די ווערטער איז דאָס צווייטע נײַ־געשאַפֿן ליד „טרוימען‟, אין וועלכן מע בענקט נאָך די קינדעריאָרן.

איך גיי מיר דאָרט אין גרינעם פֿעלד און זינג מיר צו אַ ליד אַ שיינס,
אַ ליד מײַן האַרץ האָט לאַנג געדענקט פֿון אַ צײַט וואָס איז נישטאָ,
ווען קינדער האָבן זיך געשפּילט אין גרינעם גראָז באַדעקטער וועלט.

די באַגלייטונג פֿון פּשוטער גיטאַר און פּיאַנע און דאָס קול פֿון די זינגערס האָסקי און איווי גאַווענדאַ רופֿט אַרויס די פֿאַרחלומטע וועלט פֿון דער יוגנט. דאָ הערט מען אויך אַ סטרונע־אָפּטייל מיט פֿידלען, וויאָלעס און טשעלאָ, וואָס העלפֿט שאַפֿן די שטימונג.

איין ליד מאַכט אַ ספּעציעל גוואַלדיקן רושם, נישט נאָר צוליב דער מוזיק, נאָר צוליב זײַן משפּחה־געשיכטע. די ערשטע סטראָפֿע פֿונעם ליד „נאָר אַ מאַמע‟ פֿון דוד איינהאָרן, ווערט געזונגען פֿון חיה לערמאַן, רעקאָרדירט ווען זי איז געווען 13 יאָר אַלט אין דער מעדעם־סאַניטאָריע אין פּוילן פֿאַרן חורבן. די צווייטע סטראָפֿע ווערט געזונגען פֿון איר טאָכטער אַנע, און די דריטע פֿון אַנאַס טאָכטער — איווי גאַווענדאַ.

איך ווייס נישט ווי האָסקי געוואַנדאַ זינגט מיט זײַנע אַנדערע מוזיקאַלישע גרופּעס, אָבער מיט די „באַשעוויס־זינגערס‟ זינגט ער צאַרט און לינד. אין עליזה גרינבלאַטס „דאָס פֿישער ליד‟, איז דאָס פּשטות פֿון זײַן און איוויס קולות און פֿון דער אַראַנזשירונג פּערפֿעקט צוגעפּאַסט צום ליד. די ייִדישע שפּראַך פֿון די צוויי זינגערס איז אָן אַ פּגם: אַ באַמערקונג וואָס מע דאַרף הײַנטיקע צײַטן, צום באַדוירן, אַלע מאָל צוגעבן בײַם רעצענזירן די רעקאָרדירונגען פֿון ייִדישע לידער.

די לידער וואָס מע האָט אויסגעקליבן זענען, מער ווייניקער, גוט באַקאַנט, חוץ די צוויי נײַ־געשאַפֿענע. געבירטיגס „קיוועלע‟ איז אפֿשר אַן אויסנאַם; מיר קענען דאָס ליד פֿון מאַשע בעניעס רעפּערטואַר, אָבער ווייניק זינגערס האָבן דאָס רעקאָרדירט. אינעם נוסח פֿון „די באַשעוויס זינגערס‟ איז די אויספֿירונג פֿונעם ליד כּמעט אָן אינסטרומענטן, פּונקט ווי אַ מאַמע וואָלט אײַנגעוויגט איר קינד.

דאָס ליד „שפּיל מיר ציגײַנער‟, ווערטער פֿון איציק מאַנגער, איז דאָס איינציקע אויפֿן קאָמפּאַקטל וואָס האָט מיך נישט צופֿרידן געשטעלט. די „באַשעוויס זינגערס‟ האָבן אַרויסגעהויבן אַ וואַלצער ריטעם, אַבער מיר דאַכט זיך, אַז בעסער וואָלט געווען, ווען מע זינגט דאָס פּאַמעלעכער, אָן אַ בולטן, פֿעסטן ריטעם — מער ציגײַנעריש.

אַזוי ווי אין רבֿ הײַלברונס שיל האָט מען געפּראַוועט האָסקיס בר־מיצווה, האָט מען פֿאַרבעטן דעם רבֿ, ער זאָל העלפֿן זינגען שמערקע קאַטשערגינסקיס ליד „זאָל שוין קומען די גאולה‟. שטעלט זיך אַרויס, אַז דער רבֿ האָט אַ קול פֿון אַ חזן, נישט קיין רבֿ!

דאָס ביכל וואָס באַגלייט דאָס קאָמפּאַקטל האָט סײַ אַן איבערזעצונג, סײַ די ווערטער צום ליד אויף ייִדיש מיט ייִדישע אותיות, און אויף ייִדיש מיט לאַטײַנישע אותיות, און פֿאַר דעם קומט „די באַשעווס זינגערס‟ אַ ייִשר־כּוח.

צו הערן אַ ראַדיאָ־אינטערוויו מיט האָסקי גאַווענדאַ, אין וועלכן מע שפּילט לידער פֿון דער נײַער רעקאָרדירונג, גיט אַ קוועטש דאָ: