נײַע גאַסט־פֿאָרשערין בײַ דער ייִוואָס „ווילנער קאָלעקציעס‟

New Scholar-in-Residence for YIVO’s Vilna Collections


פֿון „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published May 11, 2016, issue of May 27, 2016.

נאָכן אונטערגאַנג פֿונעם ראַטן־פֿאַרבאַנד האָט דער ניו־יאָרקער „ייִוואָ‟ פֿאַרהאַנדלט לאַנגע יאָרן מיט דער ליטווישער רעגירונג וועגן דער צוקונפֿט פֿון די טויזנטער דאָקומענטן, ביכער און כּתבֿ־ידן, וואָס האָבן געהערט צום אַמאָליקן ווילנער „ייִוואָ‟ און זענען על־פּי־נס פֿאַרבליבן גאַנץ אין דער ליטע.

נאָך די שווערע פֿאַרהאַנדלונגען און אַ סך קאָנטראָווערסיע האָט מען געשאַפֿן אַ פּשׂרה: די וויכטיקע אוצרות פֿונעם אַמאָליקן ירושלים ד׳ליטא וועלן בלײַבן אין דער ליטווישער הויפּטשטאָט און דאָרטן וועט מען זיי דיגיטאַליזירן, כּדי צו קענען זיי דיגיטאַליש פֿאַרבינדן מיטן רובֿ פֿון די מאַטעריאַלן פֿונעם געוועזענעם ווילנער „ייִוואָ‟, וואָס געפֿינען זיך הײַנט אין ניו־יאָרק. שוין עטלעכע יאָר אַרבעט דער „ייִוואָ‟־אינסטיטוט, צוזאַמען מיט דער ליטווישער מלוכישער ביבליאָטעק, כּדי צוצוגרייטן די „ייִוואָ־ווילנער־קאָלעקציעס‟, אַז מענטשן פֿון איבער דער וועלט זאָלן קענען זען די מאַטעריאַלן דורך דער אינטערנעץ.

אַפֿילו אַז פֿאָרשער און סתּם נײַגעריקע פֿון איבער דער גאָרער וועלט וועלן קענען דורכקוקן די מאַטעריאַלן, נייטיקט זיך נאָך אַלץ דער ניו־יאָרקער „ייִוואָ‟ אין געניטע פֿאָרשער און געלערנטע, וואָס קענען אַרבעטן מיט די מאַטעריאַלן אויף אַן אינטענסיוון אופֿן. לעצטנס האָט דער „ייִוואָ‟ איבערגעגעבן, אַז ד׳׳ר אַליסאַ קווינט וועט דינען ווי די ערשטע „פֿאָרשערין פֿון די ווילנער קאָלעקציעס‟. אין איר ראָלע וועט ד״ר קווינט „קאָנטעקסטואַליזירן די מאַטעריאַלן אין דער ׳ייִוואָס׳ ווילנער קאָלעקציעס, אַז די דערציִער און פֿאָרשער זאָלן קענען זיך גרינגער באַנוצן מיט זיי‟. זי וועט איבערהויפּט אַרבעטן מיט די מאַטעריאַלן פֿונעם „אסתּר־רחל קאַמינסקי־טעאַטער־מוזיי‟ און וועט פֿאַרוואַנדלען די דאָזיקע דאָקומענטן אין דיגיטאַלישע אויסשטעלונגען און צונויפֿשטעלן לערן־פּלענער און קורסן פֿון זיי. זי וועט אויך דינען ווי אַ גאַסט־לעקטאָרין בײַם „ייִוואָ‟ און לערנען מיט די אָרטיקע סטודענטן אינעם „ייִוואָס‟ זומער־פּראָגראַם אין ייִדישער שפּראַך, ווי אויך געבן אַ רעפֿעראַט פֿאַרן ברייטערן עולם.

דער פּאָסטן פֿונעם „פֿאָרשער פֿון די ווילנער קאָלעקציעס‟ האָט דער „ייִוואָ‟ געקענט שאַפֿן אַ דאַנק אַ באַשטײַער פֿון אַן אַנאָנימען מנדבֿ. דער באַשטײַער, פֿון $75,000, וועט דערמעגלעכן, אַז דער „ייִוואָ‟ זאָל במשך פֿון די קומענדיקע דרײַ יאָר אָנשטעלן נאָך צוויי פֿאָרשער אויף אַ יאָר.