ווידעאָ: חיזוק פֿאַר חסידישע עלטערן

VIDEO: Encouraging Hasidic Parents

פֿון „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published May 11, 2016, issue of May 27, 2016.

אינעם נײַסטן קאַפּיטל פֿונעם OTD Manual [דער וועגווײַזער פֿאַר געוועזענע פֿרומע לײַט], דערציילט די מאָנטרעאָלער מאַמע פֿון פֿיר קינדער, שפֿרה לאָוען, אויף אַ היימישן ייִדיש, וויפֿל אירע קינדער האָבן אויפֿגעלעבט נאָך דעם ווי טאַטע־מאַמע האָבן זיי איבערגעפֿירט אין אַ מאָדערנער ייִדישער טאָגשול.

„איך האָב אַרויסגענומען מײַנע קינדער פֿון אַ חסידישן חדר פֿאַר אַ סיבה,‟ זאָגט שפֿרה אויפֿן ווידעאָ. „דער גאַנצער וועג ווי אַזוי זיי ׳טריטן׳ [באַהאַנדלען] קינדער אין דער חסידישער סיסטעם איז קעגן דעם וואָס קינדער דאַרפֿן. קינדער דאַרפֿן האָבן ספּאָרט, כּדי אויסצולאָזן זייער ענערגיע. דער סטיל פֿון זיצן און לערנען שעהען באַריכות צוגעבונדן צו אַ בענקל און דאַרפֿן איבערזאָגן נאָך אַ מאָל און נאָך אַ מאָל אַלע טײַטשן — ס׳איז נישט נאָר נישט־געזונט פֿאַר זיי פֿיזיש ווײַל זיי מאַכן נישט קיין ׳עקסערסײַז׳ [פֿיזישע געניטונגען], ס׳איז אויך נישט אינטערעסאַנט אָדער סטימולירנדיק פֿאַר זיי, און איך האָב געוואָלט מײַנע קינדער זאָלן האָבן דאָס בעסטע וואָס איך קען זיי געבן.‟

שפֿרה ווייסט, אַ פּנים, אַז טאַטעס און מאַמעס, וואָס קלערן וועגן פֿאַרלאָזן די חסידישע קהילה, זאָרגן זיך מסתּמא, אַז זייערע קינדער וועלן אויפֿוואַקסן אין גאַנצן „פֿאַרגויִישט‟, גיט זי זיי אַ משל פֿון איר אייגן קינד, וואָס האָט זיך אַזוי אויסגעצייכנט אין לימודי־קודש אין דער טאָגשול, אַז ער האָט געוווּנען אַ פּרעמיע איבער גאַנץ קאַנאַדע פֿאַר קענען דעם תּנ״ך אַזוי גוט, און אין אַ יאָר אַרום וועט מען אים אַפֿילו ברענגען קיין ארץ־ישׂראל, פֿרײַ פֿון אָפּצאָל, כּדי צו קאָנקורירן קעגן אַנדערע געווינער פֿונעם תּנ״ך־חידון.

שפֿרה און יוחנן לאָוענס 17־יאָריקער זון, חיים, וועלכער האָט געוווּנען דעם תּנ״ך־פֿאַרמעסט פֿאַר גאַנץ קאַנאַדע
שפֿרה און יוחנן לאָוענס 17־יאָריקער זון, חיים, וועלכער האָט געוווּנען דעם תּנ״ך־פֿאַרמעסט פֿאַר גאַנץ קאַנאַדע

„ער לערנט מער ייִדישקייט און תּנ״ך ווי אַ יונגערמאַן אין אַ טאָשער כּולל,‟ זאָגט זי. „און די שׂימחה מיט וועלכער ער טוט עס! זײַן לעבן איז פֿול מיט סײַענס [וויסנשאַפֿט] און מאַטעמאַטיק און ענגליש און פֿראַנצייזיש, און אַחוץ דעם האָט ער זיך אויך אונטערגענומען [צו לערנען תּנ״ך, ווײַל ער האָט עס ליב, און איצט קען ער זיצן און רעדן וועגן תּנ״ך מיט זײַן טאַטן, וואָס איז אַ תּלמיד־חכם, און האָט אַ נאָרמאַל לעבן.‟

דער OTD Manualר (//otdmanual.com/) איז אַ קאָלאַבאָראַטיווער פּראָיעקט, אין וועלכן ייִדן, וואָס זענען „אַראָפּ פֿון דרך‟ באַמיִען זיך צו העלפֿן יענע וועלכע זענען אומגליקלעך מיטן חרדישן לעבנשטייגער, אָבער האָבן מורא צו פֿאַרלאָזן די קהילה. אויף דער וועבזײַט געפֿינען זיך אַרטיקלען און ווידעאָס פֿון געוועזענע חסידים, וואָס באַשרײַבן ווי זיי אַליין האָבן דורכגעמאַכט דעם וועג פֿון פֿרום ביז סעקולער.