ייִדיש פֿאַר ווײַטהאַלטער

Let's Learn Advanced Yiddish

Yehuda Blum

פֿון הערשל גלעזער

Published May 12, 2016, issue of May 27, 2016.

אין דער רובריק לערנען מיר זיך דעם טײַטש פֿון געשמאַקע פּויליש־ייִדישע ווערטער און אויסדרוקן, וואָס יצחק באַשעוויס זינגער האָט געניצט אין זײַן ראָמאַן „פֿאַמיליע מושקאַט‟.


דער בעסטער אופֿן צו קענען גוט ייִדיש איז, פֿאַרשטייט זיך, געבוירן צו ווערן פֿאַרן חורבן אין מיזרח־אייראָפּע.

נאָר אַזוי ווי מיר הײַנטיקע דורות האָבן אַזאַ זכיה נישט געהאַט, מוזן מיר זיך לערנען דער הויפּט פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור. און דאָ שטייען מיר פֿאַר אַ פּאַראַדאָקס: אויף באמת צו פֿאַרשטיין די ייִדישע ליטעראַטור מוז מען פֿריִער באַרײַכערן ס׳לשון, אָבער באַרײַכערן ס׳לשון קען מען ערשט ווען מע פֿאַרשטייט וואָס מע לייענט.

הייסט עס, אַז פֿון סתּם לייענען וועט מען נישט קליגער ווערן. נישט נאָר די בעסטע שרײַבערס דאַרף מען זיך צולערנען — ווי ס׳איז שוין אויסגעקומען אָנצוּווײַזן, קענען מיר בײַ אונדזער הײַנטיקן מצבֿ זיך לערנען פֿון יעדן שרײַבער. אין די צוויישפּראַכיקע ווערטערביכער געפֿינט מען היפּשע פֿראַזעס און אידיאָמען, וואָס מע קען נישט אָדער וואָס מע קען בלויז פּאַסיוו, אָבער מע דאַרף זיך אָנטאָן אַ כּוח צו מאַכן פֿון פּאַסיוו — אַקטיוו.

אין דער נײַער רובריק וועלן מיר שעפּן שפּראַכוואַרג פֿון די בעסטע ייִדישע שרײַבערס, אָנהייבנדיק מיט יצחק באַשעוויס זינגערס ראָמאַן, „פֿאַמיליע מושקאַט‟. איז גענוג אַ בלעטער צו טאָן אין איין קאַפּיטעלע פֿון דעם ראָמאַן צו געפֿינען אַ ים מיט ניצלעכע און קאָליריקע אויסדריקן. מילא, פֿון זײַן דערציילקונסט אין דאָך שוין אָפּגערעדט — מע זעט וואַרשע ממש פֿאַר די אויגן. נאָר אים געראָט אַזוי קלאָר צו באַשרײַבן וואַרשע נישט נאָר אַ דאַנק דער קונסט, נאָר אויך אַ דאַנק דער שפּראַך.

אינעם ערשטן קאַפּיטעלע רעדט זיך וועגן ר׳ משולם מושקאַט, דער פּאַטריאַרך פֿון דער משפּחה. דערוויסן מיר זיך, אַז „ס׳איז נישט געווען זײַן געוווינהייט אָפּצוגעבן עמעצן אַ חשבון“. אויף ענגליש וואָלט מען דאָ געזאָגט he didn’t feel he owed anyone an explanation.

אָבער „אָפּגעבן זיך אַ חשבון“ איז אויך טײַטש „באמת פֿאַרשטיין‟: „איר גיט זיך נישט אָפּ קיין חשבון ווי שלעכט ס׳איז בײַ די גרעקן“.

ווײַטער: „ערשט אין מיטן אלול איז אָנגעקומען אַ טעלעגראַמע אויף ר׳ משולמס אַדרעס אין וואַרשע, אַז ער קומט צו פֿאָרן און — ווען מע זאָל אים אָפּוואַרטן“. דאָס ווערטל „ווען מע זאָל אים אָפּוואַרטן‟ איז טײַטש „ווען ער ריכט זיך, אַז מע זאָל אים אָפּנעמען‟.



Would you like to receive updates about new stories?








You may also be interested in our English-language newsletters:















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.