געזוכט: „אָפּגעפֿאָרענע‟ ניו־יאָרקער קינסטלער

Wanted: OTD Artists in New York

מילענאַ קאַרטאָווסקי
Yuanye LU
מילענאַ קאַרטאָווסקי

פֿון „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published May 12, 2016, issue of May 27, 2016.

דעם זומער וועט די פּאַריזער ייִדישע זינגערין און אַנטראָפּאָלאָגין, מילענאַ קאַרטאָווסקי־אַיאַך, קומען קיין ניו־יאָרק, כּדי אָנצופֿירן מיט אַ טעאַטער־לאַבאָראַטאָריע, וואָס ברענגט צונויף די חרדישע און סעקולערע ייִדישע וועלטן.

מענער און פֿרויען, וואָס האָבן פֿאַרלאָזט די חסידישע אָדער ישיבֿישע קהילה און ווילן אָנטיילנעמען אין אַן אַרטיסטישער אַוואַנטורע, ווערן פֿאַרבעטן זיך אָנצושליסן אין דעם וואַרשטאַט. עס קאָסט נישט קיין געלט.

„מיר האָפֿן, אַז דורך דער לאַבאָראַטאָריע וועט מיט דער צײַט אַרויסוואַקסן אַ פּראָפֿעסיאָנעלער טעאַטער־פּראָיעקט,‟ האָט מילענאַ דערקלערט. „אַפֿילו מענטשן, וואָס האָבן בכלל נישט קיין קינסטלערישן הינטערגרונט קענען זיך באַטייליקן — אַבי זיי האָבן חשק זיך צו לערנען, צו שאַפֿן און זיך אויסצודריקן אויף אַ קינסטלערישן אופֿן.‟

אין דער לאַבאָראַטאָריע, וואָס וועט פֿאָרקומען פֿונעם 15טן יוני ביזן 10טן יולי אין ניו־יאָרק, וועט מען אַנטוויקלען נײַע מוזיקאַלישע קאָמפּאָזיציעס און אימפּראָוויזאַציעס אויפֿן סמך פֿון חסידישע לידער, און דערבײַ עקספּלאָרירן די מוזיקאַלישקייט פֿונעם גוף און פֿונעם טעקסט.

דער וואַרשטאַט איז אַ קאָלאַבאָראַציע פֿון Les Haim Company אין פּאַריז; Footsteps; ,New Jewish Rep און דעם אַרבעטער־רינג.

ווי איציק גאָטעסמאַן האָט געשריבן אין אַ לענגערן אַרטיקל וועגן מילענאַ קאַרטאָווסקי אין 2011 האָט מילענאַ שטודירט טעאַטער ניצנדיק דעם „גראָטאָווסקי־מעטאָד‟, אַן עקספּערימענטאַלער צוגאַנג צום טעאַטער, אַנטוויקלט פֿונעם פּאָליאַק יעזשי גראָטאָווסקי (1933—1999). מילענאַ ניצט דעם אויסדרוק „אַנטראָפּאָלאָגישער טעאַטער‟ צו באַשרײַבן דעם אַספּעקט פֿון זײַן שול.

מענטשן וואָס ווילן זיך פֿאַרשרײַבן אויף דעם עקספּערימענטאַלן טעאַטער־וואַרשטאַט דעם זומער זאָלן שיקן אַ בליצבריוו צו milenakartowski@me.com.