אַ בילד פֿון פֿיר טאַלאַנטירטע אימיגראַנטקעס

A Portrait of Four Talented Immigrant Women

פֿון מיכאל קרוטיקאָוו

Published May 15, 2016, issue of May 27, 2016.

אין אַלאַן ראָבערט גינסבערגס בוך, The Salome Ensemble, וואָס איז לעצטנס פּובליקירט געוואָרן, דערוויסט מען זיך וועגן פֿיר ייִדישע פֿרױען, וועלכע זענען געקומען קײן אַמעריקע מיט דער גרױסער כװאַליע פֿון דער ייִדישער עמיגראַציע און האָבן זיך קונה־שם געװען אין דער אַמעריקאַנער קולטור און עפֿנטלעכן לעבן פֿון דער ערשטער העלפֿט פֿונעם צװאַנציקסטן יאָרהונדערט.

זײערע גורלות זײַנען איבערגעפֿלאָכטן געװאָרן צוליב זײער שײַכות מיטן ראָמאַן און פֿילם „סאַלאָמע פֿון די טענעמענטס‟, וואָס איז אַרויסגעלאָזט געוואָרן אין יאָר 1923. די מחברטע פֿונעם דאָזיקן ראָמאַן איז געװען אַנזיע יעזערסקאַ, און זײַן סיפּור־המעשׂה באַזירט זיך אױף דער לעבנס־געשיכטע פֿון איר חבֿרטע, רױז פּאַסטאָר סטאָקס. די צװײ אַנדערע העלדינס, סאָניע לעװיען און יעטאַ גאָודאַל, האָבן פֿאַרװאַנדלט דעם ראָמאַן אין אַ פֿילם.

די דאָזיקע באַציִונגען האָבן געפֿורעמט דעם יסוד פֿאַרן פֿאַראײניקן די גאָר פֿאַרשידענע פּערסאָנאַזשן אין אײן גרופּע, װאָס גינסבערג האָט אָנגערופֿן „די סאַלאָמע־אַנסאַמבל‟. אינעם הינטערגרונט פֿון דער געשיכטע שטעקט די אוראַלטע פֿיגור פֿון שלומית, דער טאָכטער פֿון מלך הורדוס און די העלדין פֿון אָסקאַר װײַלדס פּיעסע, װוּ די הױפּט־ראָלע האָט געדאַרפֿט שפּילן די באַרימטע ייִדישע אַקטריסע שׂרה בערנאַר. די ענגלישע צענזור האָט פֿאַרװערט די פֿאָרשטעלונג צוליב איר אוממאָראַלישער דרײסטקײט, אָבער שׂרה בערנאַר האָט פֿאָרט געדינט װי אַ מוסטער פֿאַר פֿרײַ־דענקערישע פֿרױען פֿון יענער תּקופֿה.

די פֿיר העלדינס פֿון גינסבערגס שטודיע זײַנען געװען גאַנץ פֿאַרשידן אין זײער כאַראַקטער און טעמפּעראַמענט, אָבער זײ אַלע האָבן זיך דערשלאָגן אַ מערקװירדיקן דערפֿאָלג אין דער אַמעריקאַנער געזעלשאַפֿט. צוליב דעם האָבן זײ געדאַרפֿט פֿאַרלאָזן זײערע אַלטע אימיגראַנטישע פּערזענלעכקײטן און שאַפֿן נײַע, אַמעריקאַנער־געשטימטע אידענטיטעטן. דורכצומאַכן אַזאַ מין טיפֿע פּסיכאָלאָגישע און קולטורעלע טראַנספֿאָרמאַציעס איז ניט געקומען גרינג. צומאָל האָט מען געדאַרפֿט פֿאַר זײ באַצאָלן אַ הױכן פּרײַז. יעדע געשיכטע איז פֿול מיט דראַמאַטישער שפּאַנונג, װאָס אַנטפּלעקט סײַ ליכטיקע, סײַ פֿינצטערע צדדים פֿון דער אַמעריקאַנער געזעלשאַפֿט פֿון יענער צײַט.

רױז פּאַסטאָר איז געקומען קײן אַמעריקע פֿון רוסישן פּױלן און געמאַכט אַ זשורנאַליסטישע קאַריערע מיט אירע אַרטיקלען פֿאַר פֿרױען אין דער קאָנסערװאַטיװער צײַטשריפֿט „ייִדישער טאַגעבלאַט‟. אָבער באַרימט איז זי געװאָרן צוליב איר חתונה האָבן מיט גרעהעם סטאָקס, אַ מיליאָנער פֿון אַ שײנעם אַמעריקאַנער ייִחוס. דאָס פּאָרפֿאָלק איז געװען לינק־געשטימט און אידעאַליסטיש, און בײדע האָבן אַ סך בײַגעטראָגן צו דער סאָציאַליסטישער באַװעגונג.