פֿילאַדעלפֿיע פֿאַרגרעסערט איר חורבן־דענקמאָל

Philadelphia To Expand Holocaust Memorial

אַ בילד, וואָס ווײַזט ווי דער נײַער חורבן־דענקמאָל אין פֿילאַדעלפֿיע וועט אויסזען
Bellevue Communications Group
אַ בילד, וואָס ווײַזט ווי דער נײַער חורבן־דענקמאָל אין פֿילאַדעלפֿיע וועט אויסזען

פֿון „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published May 15, 2016, issue of May 27, 2016.

די שטאָט פֿילאַדעלפֿיע האָט לעצטנס געמאָלדן אַ פּלאַן צו פֿאַרגרעסערן איר חורבן־דענקמאָל.

אַחוץ דער ביז־איצטיקער סטאַטוע, „דער מאָנומענט לזכּרון די זעקס מיליאָן ייִדישע מאַרטירער‟, געשאַפֿן פֿון נתן ראַפּאַפּאָרט, וואָס מע האָט געשטעלט בײַ אַ פֿילאַדעלפֿיער שנײַדוועג אין 1964, פּלאַנירט מען צו שטעלן זעקס זײַלן צו רעפּרעזענטירן די זעקס מיליאָן ייִדישע קדושים. אויף די זײַלן וועט שטיין די געשיכטע פֿונעם חורבן און דעם מצבֿ פֿון די ייִדן אין דײַטשלאַנד אונטערן נאַצישן רעזשים. מע וועט אויך פֿאַרגלײַכן דעם דעמאָלטדיקן מצבֿ מיטן פֿרײַען מצבֿ דאָ אין אַמעריקע.

מע וועט אויך שטעלן אַ נר־תּמיד און אַ וואַנט מיט אַ שילדערונג פֿון די באַנרעלסן, וואָס פֿירן אין קאָצענטראַציע־לאַגער. מע וועט אויך פֿאַרפֿלאַנצן אַ שפּראָצל פֿונעם בוים, וואָס אַ לערערין אין טערעזען, אירמאַ לאַושער, האָט אין 1943, מיט דער הילף פֿון אַ וועכטער, אַרײַנגעשמוגלט אינעם לאַגער און דאָרט פֿאַרפֿלאַנצט מיט אירע תּלמידים לכּבֿוד חמישה עשׂר בשבֿט, ווי אַ סימבאָל פֿון האָפֿענונג. דאָס ביימל און די לערערין האָבן ביידע איבערגעלעבט דעם חורבן, און נאָך דער מלחמה האָט אירמאַ לאַושער איבערגעפֿלאַנצט דאָס ביימל אינעם טערעזינער בית־עולם ווי אַ דענקמאָל נאָך די אומגעקומענע קינדער.

די „פֿילאַדעלפֿיער פֿונדאַציע צו פֿאַרגעדענקען דעם חורבן‟ האָט לעצטנס באַקומען אַ סובסידיע פֿון 1.5 מיליאָן דאָלאַר מצד דעם שטאַט פּענסילווייניע, וואָס זאָל דעקן די הוצאָות פֿונעם פּראָיעקט.

„ס׳איז זייער וויכטיק, אַז מיר זאָלן פֿאַרבעסערן דעם פּרעכטיקן דענקמאָל,‟ האָט דער פֿילאַדעלפֿיער בירגער־מײַסטער דזשים קעני לעצטנס געזאָגט בעת אַן אינטערוויו מיט דער אָרטיקער צײַטונג Philly Voice. „איך זאָרג זיך פֿאַר אונדזער לאַנד. געוויסע זאַכן וואָס איך הער הײַנט אין כּלומרשטיקע דיפּלאָמאַטישע רעדעס האָב איך שוין נישט געהערט זינט די 1930ער יאָרן.‟