זענען מאַרק וואַרשאַווסקיס שאַפֿונגען פֿאָלקסלידער?

Are Mark Warshawsky's Works Folksongs?

פֿון מיכאל קרוטיקאָוו

Published May 17, 2016, issue of May 27, 2016.

דאָס דריטע זאַמלבוך אין דער סעריע „פֿון דער געשיכטע פֿון ייִדישער מוזיק אין רוסלאַנד‟
דאָס דריטע זאַמלבוך אין דער סעריע „פֿון דער געשיכטע פֿון ייִדישער מוזיק אין רוסלאַנד‟

דער הונדערטסטער יובֿל פֿון דער געזעלשאַפֿט פֿאַר ייִדישער פֿאָלקסמוזיק האָט מען אָפּגעמערקט מיט אַן אַקאַדעמישער קאָנפֿערענץ אין פּעטערבורג אין 2008, און ערשט איצט איז אַרױס אַ זאַמלבוך מיט די רעפֿעראַטן.

װאָס איז אַזױנס ייִדישע מוזיק? אַרום דער דאָזיקער קשיא האָט מען געפֿירט הײסע װיכּוחים מיט הונדערט יאָר צוריק, און אין 1908 האָט אַ גרופּע יונגע ייִדישע מוזיקער געשאַפֿן אַ „געזעלשאַפֿט פֿאַר ייִדישער פֿאָלקסמוזיק‟. דער סטאַטוט פֿון דער געזעלשאַפֿט האָט באַשטימט איר ציל װי „מיטװירקן דער פֿאָרשונג און דער אַנטװיקלונג פֿון ייִדישער פֿאָלקסמוזיק (גײַסטלעכער און װעלטלעכער) דורך זאַמלען פֿון מוסטערן פֿון דער פֿאָלקסשאַפֿונג, זײער קינסטלערישער באַאַרבעטונג, און זײער עפֿנטלעכער פֿאַרשפּרײטונג‟. די געזעלשאַפֿט האָט אױך בדעה געהאַט צו שטיצן ייִדישע קאָמפּאָזיטאָרן און „אַנדערע מוזיק־טוער‟.

װי עס דערצײלט פּראָפֿעסאָר דזשײמס לאָפֿלער, האָט די פּעטערבורגער קאָנסערװאַטאָריע געהאַט אַ גרױסע צאָל ייִדישע סטודענטן. ערבֿ דער ערשטער װעלט־מלחמה האָבן זיך דאָ געלערנט 1,200 ייִדישע סטודענטן, אַ דריטל פֿון אַלע ייִדישע סטודענטן אין דער רוסישער אימפּעריע! להיפּוך צו אַנדערע העכערע לערן־אַנשטאַלטן, האָט די פּעטערבורגער קאָנסערװאַטאָריע זיך ניט געהאַלטן בײַ דער פּראָצענט־נאָרמע. איר רעקטאָר, דער באַרימטער רוסישער קאָמפּאָזיטאָר אַלעקסאַנדר גלאַזונאָװ, האָט געהאַלטן, אַז ייִדן זײַנען בטבֿע אַ מוזיקאַליש פֿאָלק און איז געװען גרײט אָנצונעמען כּמעט אַלע ייִדישע אַפּליקאַנטן.

עס זײַנען פֿאַראַן צװײ אינטערעסאַנטע, הגם מסתּמא לעגענדאַרישע, מעשׂיות װעגן דעם, װי אַזױ מען האָט געגרינדעט די געזעלשאַפֿט פֿאַר ייִדישער פֿאָלקסמוזיק. װעגן דעם דערצײלט דער מוזיק־פֿאָרשער פֿון דײַטשלאַנד, יאַשע נעמצאָװ. אײן מאָל האָט דער באַקאַנטער רוסישער קאָמפּאָזיטאָר ניקאָלײַ רימסקי־קאָרסאַקאָװ, אױך אַ פּראָפֿעסאָר פֿון דער פּעטערבורגער קאָנסערװאַטאָריע, אַ זאָג געטאָן צו זײַנע ייִדישע תּלמידים: „עס איז מאָדנע, װאָס איר גיט זיך אַזױ װײניק אָפּ מיט אײַער אײגענער מוזיק. די ייִדישע מוזיק עקזיסטירט, און דאָס איז אַ פּרעכטיקע מוזיק, װאָס װאַרט נאָך אױף איר אײגענעם גלינקאַ [געמײנט האָט ער דעם באַרימטן רוסישן קאָמפּאָזיטאָר מיכאַיִל גלינקאַ].‟ אַזױ אַרום, באַמערקט נעמצאָװ, איז די איניציאַטיװ געקומען פֿונעם באַרימטן רוסישן ליבעראַלן קאָמפּאָזיטאָר. לױט דער אַנדערער לעגענדע, האָט די געזעלשאַפֿט באַקומען איר נאָמען פֿון אַ „פֿולבלוטיקן אַנטיסעמיט‟, װי מען האָט גערופֿן דעם פּעטערבורגער בירגערמײַסטער, גענעראַל דראַטשעװסקי. װען אַ גרופּע יונגע מוזיקער איז געקומען צו אים בעטן אַ דערלױבעניש אױף צו שאַפֿן אַ געזעלשאַפֿט פֿאַר ייִדישער מוזיק, האָט ער זײ דערװידערט, אַז לױט זײַן דעה איז ניטאָ קײן ייִדישע מוזיק, װײַל מוזיק איז אַן אוניװערסאַלע קונסט. אַנשטאָט דעם האָט ער פֿאָרגעלײגט צו שאַפֿן אַ געזעלשאַפֿט פֿאַר ייִדישער פֿאָלקסמוזיק, און האָט צוגעגעבן, אַז ער אַלײן האָט ליב זיך אַ מאָל אַרײַנכאַפּן אין דער שיל אױף אַ יום־טובֿ.



Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.