מענדי כּהנא אויפֿן ראַדיאָ

Mendy Cahan on the Radio

מענדי כּהנא אויף דער פּרעסע־קאָנפֿערענץ פֿאַרן פֿילם „דער זון פֿון שאול‟ אויפֿן קאַן־פֿילם־פֿעסטיוואַל, דעם 15טן מײַ 2015
Getty Images
מענדי כּהנא אויף דער פּרעסע־קאָנפֿערענץ פֿאַרן פֿילם „דער זון פֿון שאול‟ אויפֿן קאַן־פֿילם־פֿעסטיוואַל, דעם 15טן מײַ 2015

פֿון „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published May 17, 2016, issue of May 27, 2016.

די פּאָפּולערע אַמעריקאַנער ראַדיאָ־פּראָגראַם „די וועלט‟ פֿון PRI, אַן עפֿנטלעכע ראַדיאָ־נעץ וועמענס פּראָגראַמען ווערן טראַנסמיטירט אויף הונדערטער ראַדיאָ־סטאַנציעס איבער גאַנץ אַמעריקע, האָט לעצטנס גערעדט מיטן זינגער, אַקטיאָר און ייִדישיסט מענדי כּהנא.

אינעם 4־מינוטיקן אינטערוויו האָט PRIס דניאלה שעסלוי געכאַפּט אַ שמועס מיט כּהנאן אינעם הויפּט־קוואַרטיר פֿון „יונג־ייִדיש‟, וואָס געפֿינט זיך אין דער רעשיקער צענטראַלער אויטאָבוס־סטאַנציע אין תּל־אָבֿיבֿ. דאָרטן האָט מענדי כּהנא גערעדט וועגן זײַן לעבן, זײַנע אויפֿטוען לטובֿת ייִדיש און זײַן ראָלע ווי דער איבערזעצער און ייִדיש־רעפּעטיטאָר פֿאַרן פֿילם „דער זון פֿון שׂאול‟. כּהנא דערקלערט אינעם אינטערוויו, אַז ער האָט זיך לכתּחילה געוואַקלט וועגן דעם, צי ער זאָל אנטייל נעמען אינעם פֿילם. קודם, האָט ער דערקלערט, איז ייִדיש פֿאַר אים עפּעס וואָס שפּראָצט מיט לעבן און ס׳איז אים דערפֿאַר שווער צו אַרבעטן מיט ייִדיש אין אַ פֿילם וועגן אומקום. דערצו, האָט כּהנא געמיינט, אַז מע האָט שוין געטאָן אַלצדינג מעגלעכס, וואָס שייך דעם, ווי אַזוי מע שילדערט דעם חורבן אין פֿילמען. ער איז דערפֿאַר ניט געווען זיכער, אַז מע קען בכלל שאַפֿן עפּעס, וואָס גיט צו צום זשאַנער.

אָבער נאָך דעם וואָס כּהנא האָט געזען די פֿריִערדיקע ווערק פֿונעם רעזשיסאָר מיטן לאַזלאָ נעמעס און האָט אויסגעהערט זײַנע פּלענער פֿאַרן פֿילם, האָט ער באַשלאָסן יאָ אָנטיילצונעמען אין דער פּראָדוקציע. אין זײַן אינטערוויו מיט PRI דערקלערט ער ווי אַזוי ער האָט, דורך „סקײַפּ‟, געלערנט די אַקטיאָרן ווי אַזוי אַרויסצורעדן זייער דיאַלאָג אויף ייִדיש.

נאָך זײַן ראָלע אינעם פֿילם „זון פֿון שאול‟, וואָס האָט געוווּנען דעם „אָסקאַר‟ פֿאַרן בעסטן פֿילם אין אַן אויסלענדישער שפּראַך און אַנדערע חשובֿע פּרעמיעס, האָט כּהנא דערקלערט, אַז ער וויל העלפֿן שאַפֿן אַ פֿילם אויף ייִדיש וואָס שילדערט דאָס אַמאָליקע ייִדישע לעבן אין מיזרח־אייראָפּע. ער דערקלערט דניאלה שעסלוי, אַז עס זענען דאָ אַ סך ראָמאַנען, וואָס וואָלטן געקענט דינען ווי דער יסוד פֿון אַזאַ פֿילם.

די גאַנצע פּראָגראַם קען מען הערן דאָ: //www.pri.org/stories/2016-05-16/he-calls-yiddish-language-life-so-translating-oscar-winner-son-saul-was.