די גערער חסידים בונטעווען זיך

Rebellion in Gur

גערער חסידים באַגריסן זייער רבין יעקבֿ אריה אַלטער אויף אַ חתונה אין 2007
Getty Images
גערער חסידים באַגריסן זייער רבין יעקבֿ אריה אַלטער אויף אַ חתונה אין 2007

פֿון „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published May 17, 2016, issue of May 27, 2016.

דעם פֿאַרגאַנגענעם דינסטיק האָבן די גערער רבנים און עסקים געהאַלטן אַ ריזיקע אַסיפֿה אין ירושלים, אויף וועלכער מע האָט געלאָזט וויסן דעם עולם פֿון טויזנטער חסידים וועגן עטלעכע נײַע טעכנאָלאָגישע פֿאַרווערן.

אויף דער אַסיפֿה האָט מען מודיע געווען, אַז די פּאָפּולערע טעלעפֿאָן־אַפּליקאַציע „וואַטסאַפּ‟ איז אָסור און אַז מע טאָר ניט נוצן קיין טעלעפֿאָנען מיט אַ צוטריט צו דער אינטערנעץ לעבן שילן. דערצו האָט מען דערציילט די טויזנטער אײַנגעזאַמלטע בײַ דער אַסיפֿה, אַז מע מעג נאָר באַנוצן זיך מיט „כּשרע‟ טעלעפֿאָנען, וואָס באַקומען אינטערנעץ דורך אַ פֿילטער פֿון דער פֿירמע Delta Mobile.

די פֿאַרשידענע נײַע תּקנות זענען אַ סך גערער חסידים שטאַרק ניט געפֿעלן געוואָרן. לויט אַ באַריכט אויף דער וועבזײַט „בחדרי חרדים‟ האָבן צוויי גערער שילן געדאַרפֿט שבת זיך פֿאַרמאַכן צוליב דעם, וואָס אַזוי פֿיל מתפּללים האָבן זיך באַנוצט מיט זייערע טעלעפֿאָנען ווי אַ פּראָטעסט קעגן די נײַע תּקנות. די צוויי שטיבלעך, דאָס „אַברבנאל־שטיבל‟ אין בני־ברק און דאָס „בית החסידים־שטיבל‟ אין אשדוד, האָט מען פֿרײַטיק און שבת פֿאַרשלאָסן, ווײַל די מתפּללים האָבן זיך אָפּגעזאָגט פֿון פֿאָלגן די נײַע שטרענגע תּקנות.

די אַסיפֿה, אויף וועלכער מע האָט אַנאָנסירט די תּקנות, האָט מען אַ סך באַשריבן אין דער ישׂראלדיקער פּרעסע צוליב די גאָר שאַרפֿע וואָרענונגען וואָס מע האָט דאָרטן געהערט קעגן די, וואָס וואָלטן אפֿשר עובֿר געווען אויף די פֿאַרווערן. צווישן אַנדערע זאַכן האָט איין רעדנער דערקלערט, אַז די חסידים וואָס באַנוצן זיך מיט „קלוגע טעלאָפֿאָנען‟ זאָלן מער ניט דערוואַרטן, אַז זייערע קינדער וועלן האָבן דרך־ארץ פֿאַר זיי.