לערער־סעמינאַר אויף דער ייִדיש־וואָך

Seminar for Teachers at Yiddish Week

די אָנטייל־נעמער אינעם ערשטן לערער־סעמינאַר ענטפֿערן אויף פֿראַגעס פֿון די „ייִדיש־וואָכניקעס”, אויגוסט 2009
די אָנטייל־נעמער אינעם ערשטן לערער־סעמינאַר ענטפֿערן אויף פֿראַגעס פֿון די „ייִדיש־וואָכניקעס”, אויגוסט 2009

פֿון „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published May 18, 2016, issue of May 27, 2016.

„יוגנטרוף — יוגנט פֿאַר ייִדיש‟, צוזאַמען מיט דער „ייִדיש־ליגע‟, האָבן לעצטנס געמאָלדן, אַז הײַיאָר וועט צום ערשטן מאָל אין דרײַ יאָר פֿאָרקומען אַ לערער־סעמינאַר אויף דער „ייִדיש־וואָך‟.

די פּראָגראַם, אָנגעפֿירט פֿון ד׳׳ר שבֿע צוקער, וועט לערנען ייִדיש־לערער פֿון די אוניווערסיטעטן, ייִדישע שולן, ייִדיש־קלובן און קורסן פֿאַר דערוואַקסענע די פֿרישסטע מעטאָדן פֿון דער ייִדישער פּעדאַגאָגיק. כּדי אונטערצושטיצן די פּראָגראַם וועט די „פֿונדאַציע אויפֿן נאָמען פֿון נעמי פּראַווער קאַדאַר‟ דעקן די הוצאָות פֿון 8 ביז 10 לערער, וואָס האָבן פֿריִער ניט אָנטייל גענומען אויף די פֿריִערדיקע לערער־סעמינאַרן אין 2011 און 2013. די סטיפּענדיעס וועלן דעקן אַלע קאָסטן פֿונעם אָנטייל נעמען זיך אינעם סעמינאַר (דאָס אײַנשטיין אינעם לאַגער, דאָס עסן, די לערן־מאַטעריאַלן) אָבער ניט קיין פֿאָר־הוצאָות. כּדי אָנצוגעבן אויף דער סטיפּענדיע, שטעלט אויס אַן אַפּליקאַציע פֿאַרן 17טן יוני אויפֿן אַדרעס http://yugntruf.org/yvokh/lerer-seminar/aplikatsye/.

דער לערער־סעמינאַר וועט פֿאָרקומען, באַנאַנד מיט דער ייִדיש־וואָך, דעם 16טן ביזן 22סטן אויגוסט, אינעם לאַגער „בערקשײַר־הילס אײַזנבערג־קעמפּ‟ אין קאָפּייק, ניו־יאָרק. אַחוץ די סטיפּענדיעס פֿאַר לערער פֿון דער „נעמי־פֿונדאַציע‟ זענען אויך דאָ סטיפּענדיעס פֿאַר סטודענטן פֿון די פֿאַרייניקטע שטאַטן (אין עלטער פֿון 18 ביז 25 יאָר) און סטיפּענדיעס פֿאַר יונגע־לײַט פֿון מיזרח־אייראָפּע אין עלטער פֿון 18 ביז 30 יאָר. כּדי אָנצוגעבן אויף דער סטיפּענדיע פֿון דער „בנימין שעכטער־פֿונדאַציע‟ פֿאַר אַמעריקאַנער סטודענטן דאַרף מען אויספֿילן אַן אַפּליקאַציע פֿאַרן 17טן יולי. פֿאַראינטערעסירטע יונגע־לײַט פֿון מיזרח־אייראָפּע מוזן אָנגעבן אויף דער סטיפּענדיע פֿון דער „פֿונדאַציע אויפֿן נאָמען פֿון מאַקס און אַנאַ לעווינסאָן‟ פֿאַרן ערשטן יולי.

כּדי אָנצוגעבן אויף איינער פֿון די דאָזיקע סטיפּענדיעס באַזוכט: https://docs.google.com/forms/d/1MjKgIpzjOFy53bgycvpnOCvihkRGPSHMfLSXYoiujY8/viewform?formkey=dHpFTndVTXA0cS1qQURnMUZZc3BMekE6MA#gid=0.



Would you like to receive updates about new stories?








You may also be interested in our English-language newsletters:















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.