ציגײַנערישע לידער מיט אַ ייִדישן טעם

Gypsy Songs With a Jewish Flavor

Courtesy of www.yiddishpiel.co.il

פֿון סערגאָ בענגעלסדאָרף

Published May 20, 2016, issue of May 27, 2016.

צו זאָגן, אַז דער איינציקער ייִדישער טעאַטער אין ישׂראל, „ייִדישפּיל‟, איז אַן אָפֿטער גאַסט אויף צפֿון־לאַנד, וואָלט געווען אַ גוזמה. אַ שאָד, ווײַל אַן עולם, צו זען און הערן פֿאָרשטעלונגען אויף מאַמע־לשון, פֿעלן אין אונדזערע מקומות נישט אויס.

איך אַליין בין געווען אַן עדות, ווען מיט צוויי יאָר צוריק, אין מעלות, האָט „ייִדישפּיל‟ געשפּילט די מאָדערנע קאָמעדיע פֿון חנוך לוין — „סאָלאָמאָן גריפּ‟ — און דער זאַל איז געווען געפּאַקט; אָדער פֿאַראַיאָרן אין נהריה בשעת דער טעאַטער האָט געבראַכט די פֿאָרשטעלונג „שפּילן אַ ליבע‟. און אָט גאָר נישט לאַנג צוריק האָב איך געזען אינעם קולטור־הויז פֿון כּרמיאל די פֿאָרשטעלונג מיט אַ פֿאַרכאַפּנדיקן נאָמען — „ציגײַנער־נשמה‟.

און אָט האָט מען קיין כּרמיאל, ווי אויך פֿריִער, געבראַכט מיט קאָמפֿאָרט די ייִדיש־ליבהאָבער פֿון נהריה, עכּו, מעלות, שלומי און אַנדערע שטעט און ייִשובֿים. די הוצאָות פֿאַרן טראַנספּאָרט און די בילעטן האָבן געדעקט די מוניציפּאַלע אָפּטיילן פֿון עליה און אַבסאָרבציע. אַזוי אַז אָרגאַניזירט איז אַלץ געווען אויפֿן בעסטן אופֿן; וואָס שייך אָבער דער פֿאָרשטעלונג אַליין, האָט עס בײַ מיר אַרויסגערופֿן גאָר אַ סתּירותדיקן אײַנדרוק.

לויט מײַן מיינונג, איז די פֿאָרשטעלונג שוין גיכער אַ מין טעאַטראַליזירטער קאָנצערט, איידער אַ מוזיקאַלישע פּיעסע; עס פֿעלט אַ סצענישע אינטריגע, אַ דורכאויסיקע אַנטוויקלונג. אין תוך באַשטייט די פֿאָרשטעלונג פֿון ציגײַנערישע לידער, וואָס מע זינגט זיי אויף ייִדיש, וווּ יעדעס ליד זעט אויס ווי אַ באַזונדערע מוזיקאַליש־טעאַטראַלע מיניאַטור, באַפּוצט מיט פֿאַרשפּרייטע ציגײַנערישע סימבאָלן — געצעלט, קאָרטן, „טאַנצנדיקער בער‟ וכדומה. אין דער זעלבער צײַט דאַרף מען באַטאָנען, אַז סײַ די רעזשיסור (יוני אילת), סײַ די כאָרעאָגראַפֿיע (נדבֿ צעלנער), סײַ די סצענאָגראַפֿיע (מאַיאַ פּלג) און סײַ די אַכט אַקטיאָרן (מיט גוטע וואָקאַל־ און טאַנץ־פֿעיִקייטן) — געפֿינען זיך אויף אַ גענוג הויכן פּראָפֿעסיאָנעלן ניוואָ. פֿון דעסטוועגן, וואָלט זיך געוואָלט, אַז די אַקטיאָרן זאָלן בשעתן זינגען קלאָרער אַרויסרעדן דעם ייִדישן טעקסט.

ס’איז מיר אויך געפֿעלן געוואָרן די אַלגעמיינע אידעע פֿון דער פֿאָרשטעלונג — צוויי וואַנדער־פֿעלקער — די מיזרח־אייראָפּעיִשע ייִדן און ציגײַנער, ביידע האָט מען זיי גערודפֿט און ביידע זײַנען זיי אויסגעשטאַנען אַלע נסיונות. דער אַלגעמיינער גורל ווערט איבערגעגעבן דורך דער מוזיק און דיאַלאָגן, וועלכע ס’האָט געשאַפֿן אורן יעקובי. ס’איז אינטערעסאַנט, אַז די דיאַלאָגן ווערן אַרויסגערעדן אויפֿן דרום־דיאַלעקט — „דוס‟, „וווּס‟, „טאָטע‟, „מאָמע‟, „מאָזל‟…, וואָס שטרײַכט אונטער די געאָגראַפֿישע ערטער, וווּ די ציגײַנער האָבן געוווינט — מאָלדאָווע, דרום־אוקראַיִנע.