ווען ייִדישע מחברים שרײַבן אויף רוסיש און פּויליש

When Jewish Authors Write in Russian and Polish

פֿון מיכאל קרוטיקאָוו

Published May 29, 2016, issue of May 27, 2016.

דאָס זאַמלבוך „ייִדישע ליטעראַטורן אין מיזרח־אײראָפּע: אידענטיטעט און פּאָעטיק‟
דאָס זאַמלבוך „ייִדישע ליטעראַטורן אין מיזרח־אײראָפּע: אידענטיטעט און פּאָעטיק‟

װאָס זײַנען די סימנים פֿון אַ „ייִדישער ליטעראַטור‟ אױף ניט־ייִדישע שפּראַכן?

איז עס אַן ענין פֿונעם מחברס אידענטיטעט און באַװוּסטזײַן, אָדער אפֿשר פֿון אײנגאַרטיק־ייִדישע פּאָעטישע אױסדרוק־מיטלען און מכשירים? די דאָזיקע קשיות אינטערעסירן די ליטעראַטור־פֿאָרשער, קריטיקער און היסטאָריקער שױן כּמה יאָרן.

אַ נײַעם בײַטראָג אין דער אַלטער דיסקוסיע האָט געמאַכט דאָס זאַמלבוך „ייִדישע ליטעראַטורן אין מיזרח־אײראָפּע: אידענטיטעט און פּאָעטיק‟, װאָס איז אַרױס אין דײַטשלאַנד אונטער דער רעדאַקציע פֿון ד”ר קלאַװדיאַ סמאָלאַ פֿון גרײפֿסװאַלדער אוניװערסיטעט. דאָס דאָזיקע בוך איז מערקװירדיק צוליב זײַן ברײטערן פֿאַרנעם און פֿילזײַטיקײט פֿון קריטישע און אַנאַליטישע קוקװינקלען. די פֿינף און צװאַנציק קאַפּיטלען אױף פֿיר שפּראַכן באַהאַנדלען סײַ אײנצלנע מחברים, סײַ ברײטערע טעאָרעטישע ענינים.

דער באַנד איז אַרױס אין דער סעריע „די װעלט פֿון סלעװען‟ און זײַן פֿאָקוס איז אױף די מחברים פֿון ייִדישן אָפּשטאַם, װאָס האָבן געשריבן אױף רוסיש און פּױליש. די עיקר־פֿראַגע, װי אַזױ ייִדישע מחברים דריקן אויס זײער ייִדישע אידענטיטעט דורך פּאָעטישע מיטלען איז די טעמע פֿון סמאָלאַס אַרטיקל. זי מאַכט אַ פֿאַרגלײַך צװישן די רוסיש־ייִדישע שרײַבער גריגאָרי קאַנאָװיטש און יעקבֿ ציגעלמאַן פֿון אײן זײַט, און די פּױליש־ייִדישע מחברים הנה קראַל און פּיאָטר פּאַזינסקי פֿון דער אַנדערער, און אַנטפּלעקט, װי אַזױ יעדער אײנער האָט זיך באַגאַנגען מיט טראַדיציאָנעלע ייִדישע באַגריפֿן. אַזאַ מין פֿאַרגלײַכיקער צוגאַנג איז אַ זעלטנקײט אין דער הײַנטיקער ליטעראַטור־פֿאָרשונג, װוּ די רוסישע און פּױלישע קולטורן װערן אָפֿט מאָל צעטײלט װי דורך אַ װאַנט.

צום שלוס באַטאָנט סמאָלאַ דעם אַלטן געדאַנק, אַז ייִדישקײט דריקט זיך אױס דװקא אין דער „פּראַקטיק פֿון קולטורעלן אַריבערטראָגן און אױסטײַטשן‟, בפֿרט װען די מחברים גיבן זיך אָפּ מיט איבערשנײַדן די הײַנטיקע דערפֿאַרונג לױטן טראַדיציאָנעלן סטיליסטישן שטײגער. די ייִדישע ליטעראַטור, האַלט סמאָלאַ, פֿאַרמאָגט אַן אײגנאַרטיקן כּוח־הזיכּרון, װאָס מאַכט זי פֿאַר אַ געטרײַעם שומר פֿון דער פֿאַרגעסענער טראַדיציע. עס איז טשיקאַװע, אַז אַזאַ מין צוגאַנג גײט קעגן דעם הײַנטיקן הױפּטשטראָם פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור־פֿאָרשונג אין אַמעריקע, װאָס לײקנט אָפּ װאָסער־ניט־איז „עצמדיקײט‟ פֿון ייִדישער ליטעראַטור און באַטאָנט איר פֿרײַע שעפֿערישע שפּילעװדיקײט. די בעסטע װערק פֿון די הײַנטיקע אַמעריקאַנער ייִדישע שרײַבער, פֿון פֿיליפּ ראָט ביז יהושע כּהן, באַגײען זיך מיט דער ייִדישער ירושה גאַנץ פֿרײַ, אָן קײן סך דרך־ארץ. ייִדישקײט װערט ניט אָפּגעהיט און איבערגעטײַטשט, נאָר װידער אַרױסגעטראַכט פֿון דאָס נײַ, װי עס האָבן אױך געטאָן ייִדישע מאָדערניסטן מיט הונדערט יאָר צוריק.

דוד ראָסקעס הײבט אָן זײַן קאַפּיטל מיט אַ פֿראַגע: „צי האָט דער חורבן גורם געװען אַ נײַע פּאָעטיק?‟ אַנדערש געזאָגט, װאָס פֿאַר אַ נײַער מין פּאָעטישן איכות לאָזט זיך אַרױסװאַקסן פֿון דער שרעקלעצער דערפֿאַרונג, װאָס פֿאַרמאָגט ניט קײן היסטאָרישע פּרעצעדענטן? ראָסקעס באַטראַכט די פּאָעטישע און דאָקומענטאַלע װערק פֿון אַבֿרהם סוצקעװער, יצחק קאַצענעלסאָן, רחל אױערבאַך, יעקבֿ גלאַטשטײן. ער באַטאָנט, אַז קודם־כּל, מוז מען זיך באַציִען צו דעם ענין פֿון פּאָעטיק מיט אַ שטרענגער היסטאָרישער דיסציפּלין. ערשט אין דעם פֿאַל װעט מען זײַן ביכולת פּינקטלעך פֿעסטצושטעלן די דאַטע, װען עס האָט זיך אָנגעהױבן דער „חורבן־באַװוּסטזײַן‟, װאָס האַלט, אַז עס איז 1943. דערבײַ נעמט ער ניט אין אַכט די סאָװעטיש־ייִדישע ליטעראַטור, װײַל דעמאָלט װאָלט מען געקאָנט זען, אַז שױן אין 1942 האָט דער נסתּר אָנגעשריבן זײַנע ערשטע דערצײלונגען „פֿונעם אָקופּירטן פּױלן‟, װאָס פֿאַרמאָגן שױן בולטע סימנים פֿונעם „חורבן־באַװוּסטזײַן‟.

גאָר אַן אַנדערן אַספּעקט פֿון דער ייִדישער אידענטיטעט און פּאָעטיק װערט באַטראַכט אין גענאַדי עסטרײַכס קאַפּיטל. עס איז ניט קײן נײַעס, אַז אין די 1920ער יאָרן איז דער סאָװעטן–פֿאַרבאַנד געװען דאָס סאַמע ליבעראַלע לאַנד װאָס שײך די באַציִונגען צװישן מאַן און פֿרױ. בײדע צדדים האָבן געהאַט גלײַכע רעכט און מען האָט געקענט חתונה האָבן און זיך צעשײדן גאַנץ פֿרײַ, אָן קײן איבעריקע מניעות. די דאָזיקע פּלוצעמדיקע פֿרײַהײט האָט שטאַרק באַטראָפֿן ייִדן, בפֿרט אַז אַ סך פֿון זײ האָבן זיך נאָך דער רעװאָלוציע אַריבערגעצױגן אין גרױסע שטעט און לאַנדװירטשאַפֿלעכע קאָלאָניעס. די דאָזיקע ענדערונגען האָבן זיך אָפּגעשפּיגלט אין די װערק פֿון סאָװעטישע און ניט־סאָװעטישע מחברים, װאָס האָבן באַזוכט דעם ראַטן־פֿאַרבאַנד. גאַנץ אינטערעסאַנט אין דעם הינזיכט איז די פּאָעזיע פֿון חנה לעװין, אײנע פֿון געצײלטע פֿרױען אין דער סאָװעטישער ייִדישער ליטעראַטור.

עטלעכע קאַפּיטלען דערצײלן װעגן אינטערעסאַנטע, צומאָל פֿאַרגעסענע, ליטעראַרישע פֿיגורן און זײערע װערק. אױב עס לאָזט זיך רעדן װעגן דער הײַנטיקער „ירושלימער שיטה‟ אין דער רוסישער ליטעראַטור־פֿאָרשונג, טאָ קאָן מען זאָגן, אַז אַ בולטער סימן אירער איז דװקא דער ביאָגראַפֿישער אינטערעס צו אַזעלכע ליטעראַטן, װאָס זײַנען געװען טעטיק אי אױף דער ייִדישער, אי אױף דער רוסישער גאַס. װלאַדימיר חזן רעקאָנסטרויִרט די געשיכטע פֿון די באַציִונגען צװישן שלום־עליכם און אַנדרײ סאָבאָל אַרום דעם פּלאַן פֿון איבערזעצן „די בלאָנדשערנע שטערן‟ אױף רוסיש. יעלענאַ טאָלסטאַיאַ שרײַבט װעגן אַקים װאָלינסקי און זײַן קולטורעלן גילגול פֿון אַ רוסיש־ייִדישן קריטיקער חיים פֿלעקסער אין אַ חסיד פֿונעם רוסישן סימבאָליזם און אַ דעה־זאָגער אין באַלעט־קונסט.

װי װײַט לאָזט זיך צופּאַסן אָט די ביז גאָר פֿאַרשידנאַרטיקע פֿיגורן, מיט זײערע קאָמפּליצירטע און סתּירותדיקע גורולות, צו דער טעמע פֿון „אידענטיטעט און פּאָעטיק‟? קײן אײנדײַטיקן סך־הכּל באַקומט מען ניט פֿונעם בוך, אָבער דער לײענער װעט דאָ געפֿינען ביז גאָר אינטערעסאַנטע געשיכטעס, װאָס שפּיגלען אָפּ די פֿילזײַטיקײט פֿון די שײַכותן צװישן אידענטיטעט און פּאָעטיק אין דער מאָדערנער פֿילשפּראַכיקער ייִדישער ליטעראַטור.