„קולטורפֿעסט‟ וועט פֿאָרקומען איבערן גאַנצן זומער

This Year's Kulturfest Takes Place All Summer

די עפֿענונג־צערעמאָניע פֿון „קולטורפֿעסט — ניו־יאָרק‟ 2015, וווּ די יאַפּאַנישע גרופּע „דזשינטאַ־לאַ־מיווטאַ‟ האָט אויפֿגעטראָטן אין איינעם מיט „די קלעזמעטיקס‟
די עפֿענונג־צערעמאָניע פֿון „קולטורפֿעסט — ניו־יאָרק‟ 2015, וווּ די יאַפּאַנישע גרופּע „דזשינטאַ־לאַ־מיווטאַ‟ האָט אויפֿגעטראָטן אין איינעם מיט „די קלעזמעטיקס‟

פֿון „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published May 27, 2016, issue of May 27, 2016.

„קולטורפֿעסט — ניו־יאָרק‟, דער יערלעכער פֿעסטיוואַל פֿון ייִדישער מוזיק און טעאַטער, וועט הײַיאָר פֿאָרקומען במשך פֿונעם גאַנצן זומער, פֿונעם 6טן יוני ביזן 29סטן אויגוסט.

פֿאַראָיאָרן, ווען מע האָט דורכגעפֿירט דעם פֿעסטיוואַל צום ערשטן מאָל, האָט עס געדויערט בלויז צוויי וואָכן.

דער אינטערנאַציאָנאַלער פֿעסטיוואַל פֿונעם „נאַציאָנאַלן ייִדישן טעאַטער — פֿאָלקסבינע‟ שליסט אײַן אַרטיסטן און גרופּעס פֿון פֿראַנקרײַך, רומעניע, יאַפּאַן, ישׂראל, רוסלאַנד און די פֿאַראייניקטע שטאַטן. די אַרטיסטן וועלן אויפֿטרעטן אין לאָקאַלן איבער דער שטאָט.

די קאָנצערטן וועלן פֿאָרקומען אין צענטראַל־פּאַרק; „דזשאָוס פּאָב‟ אין דרום־מאַנהעטן, און The Paper Box אין ברוקלין. די טעאַטראַלישע פֿאָרשטעלונגען וועט מען דורכפֿירן אינעם „ברוך צענטער פֿון פֿאָשטעלונג־קונסט‟ און אינעם „מוזיי פֿון דער ייִדישער קולטור־ירושה‟, וואָס דינט ווי די הויפּטקוואַרטיר פֿונעם פֿעסטיוואַל.

דער מיוזיקל „די גאָלדענע כּלה‟, באַזירט אויף יוסף רומשינסקיס אָפּערעטע, וועט שפּילן פֿונעם 4טן יולי ביזן 28סטן אויגוסט.

לכּבֿוד „פֿאָטערס טאָג‟, דעם 19טן יוני, וועט מען דורכפֿירן אַ זינגערײַ פֿון די לידער פֿון „פֿידלער אויפֿן דאַך‟, וווּ עס וועלן אויפֿטרעטן עטלעכע פֿון די הײַנטיקע און אַמאָליקע אַקטיאָרן פֿונעם פֿילם, ווי ראָזאַלינד דאַריס, וואָס האָט געשפּילט טבֿיהס טאָכטער צײַטל, און נעוואַ סמאָל, וואָס האָט געשפּילט חווה.

מיטוואָך, דעם 22סטן יוני, און פֿרײַטיק דען 24סטן יוני וועט רפֿאל גאָלדוואַסער, פֿון „דער לופֿטטעאַטער‟ אין פֿראַנקרײַך, אויפֿטרעטן מיט דער איין־פּערזאָניקער פּיעסע „דער פֿעטער אַרטור‟ וועגן דעם ישׂראלדיקן דראַמאַטיקר דני האָראָוויץ, וואָס פּרוּווט מיט אַלע כּוחות זיך אויסהיילן פֿון אַ שרעקלעכער טראַוומע.

עס וועלן אויך פֿאָרקומען אַנדערע מינים אונטערנעמונגען ווי, למשל, אַ גאַסן־יריד, זינגערײַען און באַרבעקיוען, וואָס וועלן צונויפֿברענגען מענטשן פֿון עטלעכע דורות און פֿאַרשידענע קולטורן.

נאָך מער אינפֿאָרמאַציע, באַזוכט www.nytf.org אָדער www.kulturfestnyc.org, אָדער קלינגט 212-213-2120.