אַ טשעמפּיאָן אַ דאַנק די „כרעמזלעך‟

A Champion Thanks to Chremslach

דזשײַראַם האַטוואַר און ניהאַר דזשאַנגאַ נאָכן געווינען דעם קאָנקורס
Getty Images
דזשײַראַם האַטוואַר און ניהאַר דזשאַנגאַ נאָכן געווינען דעם קאָנקורס

פֿון דזשאָרדין קוציק

Published May 29, 2016, issue of May 27, 2016.

מיט אַ פּאָר חדשים צוריק האָט עמעצער אָנגעקלונגען אין דער רעדאַקציע און מיך אַ פֿרעג געטאָן: „ווי אַזוי לייגט מען אויס דאָס וואָרט ׳שלימזל?׳‟.

איך האָב אים, פֿאַרשטייט זיך, געענטפֿערט „ש, ל, מ, ז, ל‟.

„וואָס?‟ האָט דער מענטש געפֿרעגט. „איך פֿאַרשטיי אַפֿילו ניט די ווערטער, וואָס איר רעדט‟.

איך האָב גלײַך פֿאַרשטאַנען, אַז ער האָט ניט געוווּסט די נעמען פֿון די ייִדישע אותיות און האָט בכלל ניט געוואָלט פֿרעגן ווי אַזוי מע לייגט אויס דאָס וואָרט אויף ייִדיש, נאָר ווי אַזוי מע זאָל עס אָנשרײַבן אויף ענגליש. איך האָב אים געגעבן צו פֿאַרשטיין, אַז ס׳איז ניטאָ קיין איין אופֿן ווײַל ייִדיש שרײַבט מען מיט אַן אַנדער אלף־בית און אַז אויף ענגליש הערשט אַ מין כאַאָס. איך האָב ווײַטער דערקלערט אַז די וואָס פֿאַרנעמען זיך מיט ייִדיש אויף אַן ערנסטן אַקאַדעמישן אופֿן באַנוצן זיך מיט דער „ייִוואָ‟־ראָמאַניזאַציע און אַז לויט דער דאָזיקער סיסטעם וואָלט עס געווען shlimazl. באַקאַנטע ייִדישע ווערטער אויף ענגליש, אָבער, שרײַבט מען געוויינטלעך ווי מע וואָלט זיי אָנגעשריבן אויף דײַטש אָדער סתּם מער־ווייניקער פֿאָנעטיש.

„דערפֿאַר‟, האָב איך דערקלערט „וועט מען זען ,schlimazel, shlimazel און אַנדערע וואַריאַנטן, ווײַל ס׳איז פּשוט ניטאָ קיין איין אָנגענומענער אופֿן ווי אַזוי אויסצולייגן דאָס וואָרט‟.

דער זעלביקער איז שייך אַלע ייִדישע ווערטער, וואָס מע הערט אויף ענגליש. געוויינטלעך איז דער דאָזיקער אָרטאָגראַפֿישער תּוהו־ובֿוהו ניט קיין שטער — די ייִדיש־פֿאָרשער גייען אָן ווײַטער מיט דער „ייִוואָ‟־סיסטעם און די רעדאַקטאָרן פֿון די ענגליש־שפּראַכיקע אויסגאַבעס קענען אַליין אויסקלײַבן, צי מע זאָל שרײַבן ,chutzpah, chutzpa, khutzpah אָדער khutspe. יעדער אַמעריקאַנער וועט גלײַך דערקענען, אַז עס גייט די רייד וועגן „חוצפּה‟.

איין מאָל אַ יאָר, אָבער, גייט די דאָזיקע אויסלייג־פֿראַגע יאָ אָן זייער אַ סך מענטשן. די סיבה דערפֿאַר איז, וואָס מע מאַכט אַ נאַציאָנאַלער אויסלייג־קאָנקורס אויף דער טעלעוויזיע און הונדערטער זייער קלוגע קינדער פֿון איבער אַמעריקע קומען זיך צונויף צו זען, ווער עס קען ריכטיק אויסלייגן די גרעסטע צאָל זעלטענע ווערטער אויף ענגליש. מיט דרײַ יאָר צוריק האָט אַרווינד מאַהאַנקאַלי טאַקע געוווּנען דעם דאָזיקן פֿאַרמעסט ווײַל ער האָט געוווּסט, אַז דאָס ייִדישע וואָרט „קניידל‟, דאָס לעצטע וואָרט פֿונעם אָוונט, זאָל מען שרײַבן אויף ענגליש knaidel.

הײַיאָר איז פֿאָרגעקומען אַן ענלעכער פֿאַל. אין דער 23סטער רונדע האָט דזשײַראַם האַטוואַר ריכטיק געענטפֿערט, אַז דאָס וואָרט „כרעמזלעך‟ זאָל מען אויף ענגליש אויסלייגן chremslach. ווי אַזוי ער האָט דאָס געוווּסט, אָדער צי ער ווייסט אַפֿילו, וואָס עס איז אַזוינס אַ כרעמזל, איז ניט קלאָר. ווי אַ ריי אַנדערע טאַלאַנטירטע קינדער, וואָס באַטייליקן זיך אינעם קאָנקורס, האָט ער אַ חוש פֿאַר אויסלייג און קען זייער גוט אויספּלאָנטערן, אַז טאָמער שטאַמט אַ וואָרט פֿון טערקיש וועט מען עס אויסלייגן אויף איין אופֿן, פֿון לאַטײַניש — אויף אַן אַנדער אופֿן און פֿון מאַמע־לשון — אויף נאָך אַן אַנדערן אופֿן. זײַן מיט־טשעמפּיאָן, ניהאַר דזשאַנגאַ, האָט פֿריִער אויך, למשל, ריכטיק דערקלערט ווי אַזוי מע לייגט אויס דאָס אירישע וואָרט Taoiseach (דאָס איז דער טיטל פֿונעם פּרעמיער פֿון אירלאַנד, אָבער פֿרעגט מיך בחרם ווי אַזוי מע זאָל דאָס אַרויסרעדן, שוין אָפּגערעדט פֿון דעם, ווי אַזוי מע זאָל עס אויסלייגן אויף ייִדיש!).

דער אונטערשייד צווישן Taoiseach און „כרעמזלעך‟ איז דאָך, אַז דער ערשטער האָט בלויז איין אויסלייג מיט לאַטײַנישע אותיות און דער צווייטער האָט צום־ווייניקסטן פֿיר. וואָס וואָלט געווען, ווען דזשײַראַם וואָלט געענטפֿערט מיטן „ייִוואָ‟־סטאַנדאַרט — khremzlekh, און ער וואָלט דערפֿאַר פֿאַרשפּילט? וואָלט דען דער „ייִוואָ‟ געשריבן אַ פּראָטעסט־בריוו טענהנדיק, אַז מע האָט דאָס ייִנגל באַרויבט? בקיצור, אַ רחמנות אויף די קינדער, וואָס דאַרפֿן אויסלייגן ייִדישע ווערטער אויף דער טעלעוויזיע…