ערשטע רוסישע שיל פֿאַר אַרעסטאַנטקעס

First Russian Synagogue For Female Inmates

הרבֿ יפֿרח אַבראַמאָוו שמועסט מיט אַ גרופּע אַרעסטאַנטקעס אין דער נײַער טורמע־שיל
Courtesy of news.jeps.ru
הרבֿ יפֿרח אַבראַמאָוו שמועסט מיט אַ גרופּע אַרעסטאַנטקעס אין דער נײַער טורמע־שיל

פֿון יואל מאַטוועיעוו

Published June 01, 2016, issue of June 25, 2016.

נישט לאַנג צוריק האָט זיך אין רוסלאַנד געעפֿנט די ערשטע שיל פֿאַר אַרעסטאַנטן אין אַ פֿרויען־תּפֿיסה. אויף וויפֿל די אָרגאַניזאַטאָרן ווייסן, איז דאָס דער איינציקער אַנשטאַלט פֿון אַזאַ מין אין דער וועלט.

אין דער עפֿענונג־צערעמאָניע, וועלכער איז פֿאָרגעקומען דעם 28סטן מאַרץ, האָבן זיך באַטייליקט דער פּעטערבורגער הויפּט־רבֿ מנחם־מענדל פּעווזנער; דער רוסלענדישער מיליטערישער הויפּט־רבֿ אַהרן גורעוויטש; הרבֿ יפֿרח אַבראַמאָוו, וועלכער האָט אָרגאַניזירט די נײַע שיל; דער פֿעדעראַלער תּפֿיסה־פֿאַרוואַלטער — וואַלערי ניקאָלאַיעוו, און יעלענאַ קוזנעצאָוואַ, אַן אויפֿזעערין פֿון מענטשנרעכט אין דער טורמע־סיסטעם. דער הויפּט־רבֿ האָט צוגעקלאַפּט אַ מזוזה און איבערגעגעבן די אַרעסטאַנטקעס די ערשטע ספֿרים און מעשענע האַלטערס פֿאַר שבת־ליכט.

אַבראַמאָוו, דער פּעטערבורגער רבֿ, וועלכער האָט שוין אָרגאַניזירט צוויי אַנדערע תּפֿיסה־שילן אין רוסלאַנד, האָט איבערגעגעבן בעת אַן אינטערוויו מיטן „פֿאָרווערטס‟, אַז דער פּראָיעקט איז געלונגען, ווי עס ווײַזט די דערפֿאַרונג במשך פֿון די לעצטע צוויי חדשים. די אַרעסטירטע פֿרויען באַזוכן אין זייערע פֿרײַע שעהען דעם שיל־צימער, כּדי צו דאַוונען, צו זאָגן תּהילים, צו לערנען חומש און אָנצוצינדן די שבת־ליכט; די ליכט־האַלטערס האָבן פֿאַר זיי געשאַפֿן די מענער, וואָס זיצן אין אַן אַנדער טורמע און דאַוונען אין אַן אייגענער שיל, אָרגאַניזירט דורך אַבראַמאָוו אין 2013.

הגם אין אַמעריקע און ארץ־ישׂראל באַדינען די רבנים כּסדר די רעליגיעזע באַדערפֿענישן פֿון אַרעסטאַנטן, האַלט דער רבֿ, אַז אין ערגעץ אין דער וועלט איז נישטאָ קיין אַנדערע שטענדיקער בית־תּפֿילה אין אַ טורמע ספּעציעל פֿאַר פֿרויען. גורעוויטש, וועלכער דינט ווי דער הויפּט־קאַפּעלאַן אין דער רוסלענדישער אַרמיי און העלפֿט אויך די אַרעסטירטע, האָט קיינמאָל נישט געהערט פֿון אַזאַ אונטערנעמונג אין אַנדערע לענדער.

אַבראַמאָוו האָט דערציילט, אַז ער קורירט די שיל בערך איין מאָל אַ חודש; בדרך־כּלל, פֿאַרזאַמלען זיך די פֿרויען אַליין צוזאַמען. ס׳רובֿ פֿון די 15 מתפּללות זענען ייִדן על־פּי הלכה; בײַ 4-5 פֿון זיי איז בלויז דער טאַטע אַ ייִד.

בערך 50 קילאָמעטער (30 מײַל) פֿון פּעטערבורג, אינעם דאָרף אוליאַנאָווקע — אַ נאַטור־קוראָרט, פֿריִער באַקאַנט ווי סאַבלינאָ — שטייט אַן אומהיימלעכער ציגלנער קאָמפּלעקס, שטרענג באַוואַכט און אַרומגערעמט מיט אַ הויכן צוים מיט שטעכל־דראָטן: די פֿעדעראַלע פּעטערבורגער טורמע־קאָלאָניע נומער 2 פֿאַר פֿרויען. אין דער טורמע פֿונעם שטרענגן רעזשים זעצט מען אײַן בלויז פֿאַר ערנסטע פֿאַרברעכנס. צווישן די דאַוונער פֿון דער נײַער שיל געפֿונען זיך פֿרויען, וואָס זיצן צוליב אַ מאָרד, אַטענטאַט אָדער דאָס גורם זײַן שווערע וווּנדן. די רוסלענדישע געריכטן האָבן אָפֿט רחמנות אויף פֿרויען און באַשטראָפֿן בלויז מיט באַדינגלעכע טערמינען; אין שטרענגע תּפֿיסות זיצן, געוויינטלעך, באַזונדערס פֿאַרפֿאַלענע אַרעסטאַנטקעס. דער רבֿ האָט איבערגעגעבן, אַז הגם די פֿרויען האָבן טאַקע פּראָבלעמאַטישע לעבנס־געשיכטעס, באַציִען זיי זיך צו פֿרומע ענינים מיט אַ גרויסן אינטערעס.



Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.