נײַער קלעזמער־קלאַס אין פֿילאַדעלפֿיער געגנט

New Klezmer Course in Philadelphia Area

Alan Lankin

פֿון „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published June 01, 2016, issue of June 25, 2016.

דעם זומער וועט די אָרגאַניזאַציע Community Klezmer Initiative (קאָמונאַלע קלעזמער־איניציאַטיוו) אָנפֿירן מיט אַ פּראָגראַם, וואָס לערנט אויס מענטשן, וועלכע שפּילן אַן אינסטרומענט, ווי צו שפּילן קלעזמער־מוזיק.

די פּראָגראַם וועט באַשטיין פֿון אַכט וועכנטלעכע רעפּעטיציעס, אָנהייבנדיק אין יוני, און וועט זיך שליסן מיט אַ קאָנצערט אָנהייב אויגוסט. דער רעפּערטואַר וועט דעקן קאָמפּאָזיציעס פֿון דער אוקראַיִנישער קלעזמער־מוזיק, דער מאָלדאַווישער, פֿילאַדעלפֿיער, נײַע קלעזמער־שאַפֿונגען און אויך אַ טייל לידער מיט ווערטער.

די רעפּעטיציעס וועלן פֿאָרקומען יעדן זונטיק אין האַווערטאַון, לעבן פֿילאַדעלפֿיע, פּענסילווייניע. יונג און אַלט קענען זיך באַטייליקן אין דעם אַנסאַמבל. נאָך מער אינפֿאָרמאַציע שרײַבט צו סוזען לאַנקין־וואַטס: lankinwatts@gmail.com

מיט יאָרן צוריק איז פֿילאַדעלפֿיע דווקא געווען אַ צענטער פֿון דער קלעזמער־קולטור און די „קאָמונאַלע קלעזמער־איניציאַטיוו‟ באַמיט זיך הײַנט צו שאַפֿן אַ נײַע קלעזמער־קולטור. די אָרגאַניזאַציע, וואָס איז געשאַפֿן געוואָרן אין 2012, פֿירט דורך פֿאַרשיידענע אַקטיוויטעטן פֿון קלעזמער־מוזיק און טענץ, כּדי צו באַקענען די ייִנגערע דורות מיט דער קלעזמער־קולטור.

„מיר רעפּרעזענטירן אַ נײַעם דור ליבהאָבער פֿון דער קלעזמער־מוזיק,‟ שטייט געשריבן אויף דער וועבזײַט פֿון CKI. „הײַנט זעט מען אַ נײַע ענערגיע, אַ נײַ ׳שטעטל׳, אַ נײַעם אינטערעס צו די געשיכטעס און אַלטע טראַדיציעס, ווי אויך אַ באַגער צו שאַפֿן נײַע מוזיק, טענץ, פּאָעזיע און קונסט — און אויך מיר אין פֿילאַדעלפֿיע זענען ׳אָנגעשטעקט׳ מיט דעם.‟

אַ נײַער אַקטיווער מיטגליד פֿון CKI איז סטיוו ווײַנטרויב, אַ באַקאַנטער מבֿין פֿון מיזרח־אייראָפּעיִשע ייִדישע טענץ, וועלכער האָט זיך לעצטנס אַריבערגעקליבן קיין פֿילאַדעלפֿיע. ווײַנטרויבס נײַסטער פּראָיעקט איז צונויפֿצושטעלן אַ טאַנצטרופּע, וואָס זאָל אויסטאַנצן אָריגינעלע טענץ באַגלייט פֿון נײַע שאַפֿונגען פֿון קלעזמער־מוזיק.