טריבוטן צום אַמאָליקן ייִדישן טעאַטער

Tributes to New York's Yiddish Theater

רעכטס: צוויי ערן־טאָוולען פֿון דער „שטערן־סטעשקע פֿון ייִדישן טעאַטער‟ — איינער לכּבֿוד אַבֿרהם גאָלדפֿאַדען, און אַ צווייטער לכּבֿוד דער אַקטריסע סטעלאַ אַדלער. לינקס: דער אַמאָליקער „ייִדישער קונסט־טעאַטער‟ אויף דער צווייטער עוועניו
Wikimedia Commons
רעכטס: צוויי ערן־טאָוולען פֿון דער „שטערן־סטעשקע פֿון ייִדישן טעאַטער‟ — איינער לכּבֿוד אַבֿרהם גאָלדפֿאַדען, און אַ צווייטער לכּבֿוד דער אַקטריסע סטעלאַ אַדלער. לינקס: דער אַמאָליקער „ייִדישער קונסט־טעאַטער‟ אויף דער צווייטער עוועניו

פֿון „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published June 01, 2016, issue of June 25, 2016.

מע הערט די טעג וועגן ייִדישע טעאַטערס אויף שריט און טריט. אין ניו־יאָרק איז איצט פּאָפּולער אַ פּיעסע מיטן נאָמען Indecent, וואָס ווײַזט די געשיכטע פֿון שלום אַשס קאָנטראָווערסיעלער דראַמע „גאָט פֿון נקמה‟. ביידע ייִדיש־שפּראַכיקע טעאַטערס, די „פֿאָלקסבינע‟ און דער „נײַער ייִדישער רעפּערטואַר‟־טעאַטער, זענען לעצטנס נאָמינירט געוואָרן פֿאַר „דראַמאַ־דעסק‟־אויסצייכענונגען. סײַ די „פֿאָלקסבינע‟, סײַ דער „ניו־ייִדיש־רעפּ‟ האָבן לעצטנס געמאָלדן, אַז זיי הייבן באַלד אָן נײַע סעזאָנען. און בײַם „ניו־יאָרקער שטאָטישן מוזיי‟ גייט אָן ווײַטער אַ פּראָמינענטע אויסשטעלונג וועגן דער געשיכטע פֿונעם אַמאָליקן ניו־יאָרקער ייִדישן טעאַטער.

אין שײַכות מיט דער אויסשטעלונג „דער ניו־יאָרקער ייִדישער טעאַטער: פֿון דער באַוערי ביז בראָדוויי‟ אָרדנט מען אײַן אַ סעריע געשעענישן, וואָס וועלן לערנען דעם ברייטערן עולם וועגן אָט דער געשיכטע און פֿײַערן אירע קינסטלערישע דערגרייכונגען.

זונטיק, דעם 5טן יוני וועט די היסטאָריקערין עליסאַ סאַמפּסאָן אָנפֿירן מיט אַ טור פֿון דער צווייטער עוועניו, וווּ עס האָבן זיך אַמאָל געפֿונען די באַקאַנטסטע ייִדישע טעאַטערס. אויפֿן טור וועט מען זען דעם בנין פֿונעם אַמאָליקן „ייִדישן קונסט־טעאַטער‟, ווי אויך דעם געוועזענעם „קאַפֿע־רעאַל‟, וווּ עס האָבן געגעסן די אַמאָליקע שטערן פֿונעם ייִדישן „בראָדוויי‟. דער טור וועט אויך באַזוכן די „שטערן־סטעזשקע פֿון ייִדישן טעאַטער‟ (Yiddish Walk of Fame) אויף דער צווייטער עוועניו. דער טור הייבט זיך אָן 10:45 אין דער פֿרי און מע מוז באַשטעלן בילעטן פֿון פֿריִער. נאָך אינפֿאָרמאַציע: //mcny.org/event/yiddish-theater-walking-tour

דאָנערשטיק דעם 21סטן יוני, 6:30 אין אָוונט, וועלן זלמן מלאָטעק, ליסאַ פֿישמאַן און רחל פּאָליקאַר פֿאָרשטעלן אַ קאָנצערט בײַם „ניו־יאָרקער שטאָטישן מוזיי‟ מיטן נאָמען „בײַ מיר ביסטו שיין: אַ מוזיקאַלישער טור פֿונעם ניו־יאָרקער ייִדישן טעאַטער‟. נאָכן זינגען לידער וועלן די דרײַ אַרטיסטן דערציילן אַנעקדאָטן וועגן דער געשיכטע פֿונעם ניו־יאָרקער ייִדישן טעאַטער. נאָך אינפֿאָרמאַציע וועגן דעם קאָנצערט: //www.mcny.org/event/yiddish-theater-musical-history.

מאָנטיק, דעם 18טן יולי, 6:30 אין אָוונט, וועט מען אַרומרעדן די השפּעות פֿונעם ייִדישן טעאַטער אויפֿן אַמעריקאַנער טעאַטער. אין דער דיסקוסיע, וואָס וועט פֿאָרקומען בײַם „ניו־יאָרקער שטאָטישן מוזיי‟, וועלן די אַקטיאָרן טובֿה פֿעלדשאָ, אָדם קאַנטאָר, דזשייק האָפֿמאַן און די קאָמיקערין מישעל סלאָנים רעדן וועגן דער געשיכטע פֿונעם ייִדישן און אַנגלאָ־ייִדישן טעאַטער מיטן פּראָפֿעסאָר פֿון טעאַטער בײַם „דעפּאָל־אוניווערסיטעט‟ דוד טשאַק. נאָך אינפֿאָרמאַציע: //mcny.org/event/yiddish-theater%E2%80%99s-legacy.