די שדכנטע וויל אויך חתונה האָבן

The Matchmaker Wants a Husband, Too


פֿון חנה־פֿייגל טערטלטויב

Published June 03, 2016, issue of June 25, 2016.

דרײַ יאָר נאָך דעם ווי מײַן מאַן איז געשטאָרבן, איז מיר אײַנגעפֿאַלן, אַז ס׳איז שוין מסתּמא געקומען די צײַט צו זוכן אַן אַנדער מאַן.

כ׳האָב זייער ליב געהאַט מײַן מאַן און מיר האָבן געהאַט אַכצן גוטע יאָר צוזאַמען. אָבער וויפֿל איז דער שיעור צו טרויערן? די אונטערוויסיקייט האָט מיך געלאָזט וויסן, אַז ס׳איז שוין צײַט אַרויסצוקריכן פֿונעם שוואַרצן קאַקאָן אין וועלכן כ׳האָב די לעצטע דרײַ יאָר געלעבט, און ווידער אָנקוקן די ליכטע שײַן פֿון לעבן. ווי אַזוי איז דאָס פֿאָרגעקומען? וועט איר פֿרעגן. דורך אַ מאָדנעם חלום: ס׳האָט זיך מיר געחלומט, אַז איך בין אַ וואַזאָנע און אַ העלפֿט פֿון מײַנע בלעטער וועלקן. האָב איך זיך גוט דערשראָקן. ווער וויל דען שטאַרבן פֿאַר דער צײַט? איז באַלד נאָך דעם חלום האָט זיך עפּעס אין מיר געריסן ווידער צו לעבן, נישט נאָר צו אָטעמען, נאָר ווידער צו זײַן אַ העלפֿט פֿון אַ פּאָרל. ווידער צו זיצן אַנטקעגן אַ מאַן אין אַ שיינעם רעסטאָראַן און זען זײַנע ליבלעכע בליקן צו מיר פֿון דער אַנדערער זײַט טיש איבער אַ גלעזל כּשר ווײַן. אוי [זיפֿץ] — אָבער ווי קומט די קאַץ איבערן ים, פֿרעגט איר?

נו, איך ווייס גאַנץ גוט וואָס צו טאָן. איך בין שוין יאָרן לאַנג אַליין אַ שדכנטע. מיטן אייבערשטנס הילף האָב איך שוין געמאַכט נײַן און דרײַסיק שדוכים. די ערשטע זאַך וואָס מע מוז טאָן איז צו זאָגן יעדן איינעם, אַז דו זוכסט אַ מאַן און זיי פֿרעגן, צי זיי קענען אַ פּאַסיקן בעלן. דאָס וועט זײַן אַ שטיקל נייעס אויף דער ייִדישער גאַס און די אויגן זייערע וועלן ווײַזן אַן אינטערעס, ווײַל יעצט קענען אַלע דיך פֿרעגן פֿראַגעס, די פֿראַגעס וואָס זיי האָבן די גאַנצע צײַט געחלשט צו פֿרעגן אָבער זיך געשעמט: אַ וואָסער מין מאַן זוכסטו? ישיבֿיש? מיט אַ שוואַרצן הוט? וואָלטסטו געווען גרייט זיך איבערצוציִען קיין אַלאַסקע? לאַכט ניט. אַזוי האָט מען מיך טאַקע געפֿרעגט. מע שטעלט אַלערעליי פֿראַגעס ווײַל אין לעצטן סך־הכּל זײַנען מערסטע מענער און פֿרויען יענטעס. אָבער ס׳איז נישטאָ קיין ברירה. מע מוז שמייכלען און זיך שטאַרקן, מאַכן אַן אָנשטעל, אַז דו האָסט דאָס אַלץ אין דער לינקער פּיאַטע, אַז עס גייט דיר ניט אָן וואָס מיט די פֿראַגעס ווילן זיי דיך אַרײַנקריכן אינעם מאַרך פֿון די ביינער, און פֿילסט זיך ווי אַ בעטלערין. די גוטע זאַך איז, אַז כ׳האָב דעם ענין פֿריִער נישט זייער גוט באַטראַכט. וואָס וויל איך טאַקע? דעם אמת געזאָגט, ווייס איך יעצט, אַז כ׳האָב געוואָלט דאָס טעלערל פֿון הימל…און טאַקע באַלד. כ׳האָב זיך פֿאָרגעשטעלט, אַז עס וואַרט אויף מיר ערגעץ אַ גוטער, אַ ברייטהאַרציקער, וואָס וועט מיר שיקן בלומען; אַ שיינער, פֿרומער מאַן, אַ הויכער, מיט אַ ליכטיקן שמייכל ווי מײַן מאַן האָט טאַקע געהאַט. אַ מאַן מיט אויגן וואָס פֿינקלען מיט הומאָר. און דאָס איז נאָר געווען דער אָנהייב, ווען איך האָב זיך אויף אַן אמת אַרײַנגעלאָזט אין דער פֿאַנטאַזיע. כ׳האָב געוווּסט, אַז אַלעס אין איינעם איז נישטאָ בײַ קיינעם, ווי די מאַמע פֿלעגט אַלע מאָל זאָגן, אָבער כ׳האָב נישט געוווּסט אָן וואָס איך קען זיך באַגיין.

אַ סך מאָל האָט מען מיר געזאָגט: „דו ביסט צו גוט פֿאַר די מענער וואָס מיר קענען‟. דאָס האָט מען מיר געמיינט אַ קאָמפּלעמענט צו מאַכן, אָבער דער עפֿעקט איז געווען פּונקט פֿאַרקערט: דער שיינער ראָזעווער באַלאָן פֿון מײַנע פֿאַנטאַזיעס האָט געפּלאַצט, און איך האָב שוין פֿאָרגעזען ווי איך און מײַן צאַרטע איידלקייט וועלן זיך עלטערן און אויסגיין צוזאַמען. אוי, איז וואָס טוט מען? אַז מע האָט נישט קיין ברירה, וואַרט מען! און מע טרייסט זיך: אַז ג־ט וויל, שיסט אַ בעזעם אויך! האָב איך געוואַרט, אַז אַ בעזעם זאָל אַ שאָס טאָן.

נו, איין טאָג האָט ג־ט געהאָלפֿן. דער טעלעפֿאָן קלינגט, און אַ מרדכי, דער טאַטע פֿון אַ יונגן מאַן, וועמענס שידוך איך האָב לעצטנס געהאַט דורכגעפֿירט, רעדט צו מיר אַזוי אויפֿגעהײַטערט, אַז כ׳האָב אַזש נישט דערקענט זײַן קול: „קום יעצט צו. ער איז דאָ בײַ מיר!“