נײַע פֿאָנדן פֿאַרן ירושלימער „הײַ־טעק‟

New Funding For Jerusalem's High Tech Industry

דער צענטראַלער אָפֿיס־בנין פֿונעם „ירושלימער טעכנאָלאָגיע פּאַרק‟ אין דער דרום־ירושלימער געגנט מלחה
דער צענטראַלער אָפֿיס־בנין פֿונעם „ירושלימער טעכנאָלאָגיע פּאַרק‟ אין דער דרום־ירושלימער געגנט מלחה

פֿון ייִט״אַ

Published June 03, 2016, issue of June 25, 2016.

דער ישׂראלדיקער קאַבינעט האָט דאָנערשטיק געמאָלדן, אַז ער וועט באַשטימען אַן איבעריקע 220 מיליאָן דאָלאַר פֿאַר אַ 5־יאָריקן פּלאַן, וואָס זאָל פֿאַרגרעסערן און פֿאַרבעסערן די אינדוסטריע פֿון הויכער טעכנאָלאָגיע אין ירושלים.

„מיר אינוועסטירן כּמעט 1 ביליאָן שקל אין דער אַנטוויקלונג פֿון דער ירושלימער טעכנאָלאָגיע און אירע פֿירמעס,‟ האָט פּרעמיער בנימין נתניהו דערקלערט. „הײַנט פּראָדוצירט די ישׂראלדיקע קרוינשטאָט נישט בלויז הייליקע שריפֿטן, נאָר אויך קאָמפּיוטער־פּראָגראַמען.‟

נתניהו האָט געמאַכט דעם אַנאָנס דרײַ טעג פֿאַרן „ירושלים־טאָג‟, אַ נאַציאָנאַלער יום־טובֿ אין ישׂראל, וואס מערקט אָפּ ישׂראלס אײַננעמען ירושלים פֿון יאָרדאַניע אין דער זעקס־טאָגיקער מלחמה פֿון 1967.

בערך 40% פֿונעם בודזשעט פֿון דער פּראָגראַם וועט באַניצט ווערן „צו פֿאַרשטאַרקן דעם סטאַטוס פֿון ירושלים צווישן די אַוואַנסירטע אינדוסטריעס, דורך סובסידיעס צו די ירושלימער ׳הײַ־טעק׳־פֿירמעס און צו קינאָ־ און אַנימאַציע־אונטערנעמונגען.

10% וועט אויסגעטיילט ווערן פֿאַר די אַקאַדעמישע לערן־אַנשטאַלטן, כּדי זיי זאָלן פֿאַרבעסערן זייער אינפֿראַסטרוקטור, און אַרײַננעמען מער געביטן פֿון פֿאָרשונג און לערערײַ. 15% פֿונעם בודזשעט וועט גיין אויף צו פֿאַרפּירסומען ירושלים איבער דער וועלט און צוציִען באַזוכער ווי, למשל, פּאָטענציעלע באַטייליקטע אין אינטערנאַציאָנאַלע קאָנפֿערענצן.

19% פֿונעם בודזשעט וועט גיין צו פֿאַרבעסערן די אינפֿראַסטרוקטור פֿון די „הײַ־טעק‟ צענטערס, דורך מאַכן זיי מער צוטריטלעך צו דער עפֿנטלעכע טראַנספּאָרטאַציע, בויען דאָרט ביציקל־סטעשקעס און שיינע פּאַרקן.

ירושלים, וואָס אירע 870,000 אײַנוווינער באַטרעפֿן 10% פֿון דער ישׂראלדיקער באַפֿעלקערונג, איז צווישן די אָרעמסטע שטעט אין לאַנד, לויטן 2015־באַריכט פֿונעם ישׂראלדיקן צענזוס־ביוראָ. אַ דריטל זענען אַראַבער. צווישן די ייִדישע תּושבֿים, באַצייכענען זיך 32% ווי חרדים, און 17% — ווי מאָדערן־אָרטאָדאָקסיש. בלויז 21% באַצייכענען זיך ווי סעקולערע ייִדן.

צווישן די יאָרן 2014 און 2015 איז די ירושלימער באַפֿעלקערונג געוואַקסן מיט 20,000 מענטשן; 19% — צוליב דער עליה פֿון אויסלאַנד.

די פֿרויען אין ירושלים האָבן, דורכשניטלעך, פֿיר קינדער, אין פֿאַרגלײַך מיטן רעשט פֿון לאַנד, וווּ פֿרויען האָבן דורכשניטלעך דרײַ קינדער.