אומגעריכטער פּראָיעקט בײַם פּאַריזער ייִדיש־צענטער

Unusual Step for Paris Yiddish Center

פֿון יצחק ניבאָרסקי

Published June 03, 2016, issue of June 25, 2016.

Maison de la culture yiddish

הײַנטיקן חודש וועט דאָ אין פּאַריז פֿאָרקומען אַזוינס, וואָס איז מסתּמא אַן ערשטמאָליק געשעעניש אין דער געשיכטע פֿון ייִדישיסטישע אינסטיטוציעס: עס וועט אַרויסקומען, אונטערן שטעמפּל „מעדעם־ביבליאָטעק“, דער ערשטער נומער פֿון אַ… העברעיִשער צײַטשריפֿט.

„מכּאן ואילך“ (פֿון דאַנען און ווײַטער), „צײַטשריפֿט פֿאַרן תּפֿוצותדיקן העברעיִש“ אונטער דער רעדאַקציע פֿון טל חבֿר־כיבאָווסקי, נעמט זיך אונטער צו באַהאַנדלען די פּראָבלעמאַטיק פֿון העברעיִש ווי איינע פֿון די ייִדישע תּפֿוצות־שפּראַכן, וואָס האָט אין משך פֿון הונדערטער יאָרן זיך אײַנגעטיילט מיט ייִדיש די לינגוויסטישע פֿונקציעס אינעם לעבן פֿון אַשכּנזישן קיבוץ. ווי אַ המשך צו די אידייען פֿון שמעון דובנאָוו, מאַקס ווײַנרײַך און שמעון ראַווידאָוויטש, וועט דער זשורנאַל זיך סטאַרען צו באַנײַען דעם באַנעם פֿון דער הײַנטיקער קולטור־ און שפּראַך־ווירקלעכקייט בײַ ייִדן — אַן אידייען־באַנײַונג וואָס איז פֿאַרן ייִדישיזם ממש לעבנס־נייטיק.

בכלל איז דאָס געווען אַ געפּאַקט יאָר בײַם פּאַריזער ייִדיש־צענטער. ערגעץ שטייט געשריבן אַז „אין מערבֿין שׂימחה בשׂימחה“, מע מישט נישט איין שׂימחה מיט אַ צווייטער. בײַ אונדז האָבן זיך אָבער יאָ אַ ביסל אויסגעמישט די פֿײַערונגען צו פּרצעס הונדערטסטן יאָרצײַט (וואָס האָבן זיך אָנגעהויבן ווי געהעריק אין 2015) און דאָס אָפּמערקן אין 2016 הונדערט יאָר נאָך שלום־עליכמען. אפֿשר איז דאָס דערפֿאַר, וואָס אין פּאַריזער ייִדיש־צענטער ווערן אַזעלכע דאַטעס נישט גלאַט געיום־טובֿט, נאָר געפּראַוועט מיט ייִשובֿ־הדעת און פֿאַרטיפֿונג, און דעריבער ציט זיך עס לענגער, ביז איינס פֿאָרט אַרײַן אינעם אַנדערן.