ידיעות פֿון מעלבורן

News From Melbourne

פּראָפֿ’ באַסאַם דאַלי (לינקס)
פּראָפֿ’ באַסאַם דאַלי (לינקס)

פֿון שרה זילבערמאַן

Published June 06, 2016, issue of June 25, 2016.

די ידיעות פֿון מעלבורן, ווי אויך ייִדישע נײַעס פֿון אַנדערע לענדער איבער דער וועלט, קאָן מען הערן יעדן טאָג אין אונדזער ראַדיאָ־פּראָגראַם „דער פֿאָרווערטס־קול‟.

„לימוד אָז“ זאָגט אָפּ אַ פּאַלעסטינער רעדנער

די אָנפֿירערשאַפֿט פֿון „לימוד אָז“, װאָס דאַרף פֿאָרקומען סוף חודש אין מעלבורן, האָט פֿאַרװערט פּראָפֿ’ באַסאַם דאַלי, פֿון אַדעלײד, אָנטײלצונעמען אין אַ סעסיע װעגן װי אַזױ ישׂראל און די פּאַלעסטינער קענען לעבן בשלום. ער האָט פּלאַנירט צו רעדן אין אײנעם מיט אַ פֿאַרטרעטער פֿון דער „אױסטראַלישער ייִדישער דעמאָקראַטישער געזעלשאַפֿט‟, בײַ דער הײַ־יאָריקער קאָנפֿערענץ.

לױט דער אָנפֿירערשאַפֿט פֿון „לימוד אָז“, האָט מען פֿאַרװערט פּראָפֿ’ דאַלי אָנטײלצונעמען אין דער הײַ־יאָריקער קאָנפֿערענץ נאָך דעם װי די אָרגאָניזאַטאָרן האָבן זיך דערװוּסט, אַז דאַלי שטיצט אַקטיװ דעם בויקאָט פֿון מדינת־ישׂראל. דאַליס װערטער פֿיגורירן אױף דער װעבזײַט פֿון דער „קאָאַליציע פֿאַר יושר און שלום אין פּאַלעסטינע‟. זײ פֿיגורירן אױך אין אַן אַרטיקל פֿון 2010 אין דער ענגלישער מעלבורנער טאָגצײַטונג „אײדזש‟, װוּ ער האָט דערמוטיקט די אױסטראַלישע רעגירונג צו בויקאָטירן מדינת־ישׂראל פּונקט אַזױ װי זי האָט אַ מאָל בויקאָטירט די אַפּאַרטהײַד־רעגירונג אין דרום־אַפֿריקע. ער אַלײן איז דער װיצע־פּרעזידענט פֿון אַן אָרגאָניזאַציע פֿון אױסטראַלישע פּאַלעסטינער.

אַ רײ אױסטראַלישע ייִדישע און ציוניסטישע אָרגאָניזאַציעס און יחידים האָבן אונטערגעשטיצט דעם באַשלוס פֿונעם אָרגאָניזיר־קאָמיטעט, זאָגנדיק, אַז די װעלכע שטיצן אונטער דעם באָיקאָט זײַנען נישט נאָר אַנטי־ציוניסטן נאָר, אַז זײ זײַנען אױך אַנטיסעמיטן און, אַז די ייִדישע קהילה דאַרף נישט דערלױבן אַזעלכע לײַט צו קומען צום װאָרט אױף ייִדישע אונטערנעמונגען.

פּראָפֿ’ דאַלי האָט רעאַגירט אױפֿן באַשלוס זאָגנדיק, אַז די אָרגאַניזאַטאָרן פֿון „לימוד אָז“ װײַזן אַרױס אום־דרך־ארץ פֿאַר „דער דערװאַקסנקײט און אינטעלעגענץ פֿון דער ייִדישער באַפֿעלקערונג דורך נישט דערלױבן זי צו פֿירן אַזעלכע דיסקוסיעס אױף אַן אָפֿענעם און ציװיליזירטן אופֿן‟.

פֿאָרשטײערס פֿון דער „אױסטראַלישער ייִדישער דעמאָקראַטישער געזעלשאַפֿט‟ האָבן דערװײַל נישט רעאַגירט אָפֿיציעל אױפֿן באַשלוס.


ייִדן און די ערשטע אױסטראַליער

אױסטראַליע האָט געפֿײַערט די װאָך אַ יערלעכע צײַט צו שטרעבן נאָך מער װי געװײנטלעך אָפּצוגעבן כּבֿוד די ערשטע אײַנװױנער פֿון אױסטראַליע, די אַבאָריגינאַלע נאַציעס. ייִדישע יחידים און אָרגאָניזאַציעס, טאָגשולן און יוגנט־גרופּעס האָבן אָנטײלגענומען אין ספּעציעלע אונטערנעמונגען און פֿאַרזאַמלונגען, װוּ זײ האָבן זיך געלערנט מער װעגן די אַבאָרידזשעניס — דער עיקר, װעגן דער קולטור און לעבן־שטײגער פֿון דער װוּנדידזשורי נאַציע, אױף װעמענס לאַנד מערסטע ייִדישע געגנטן אין מעלבורן, מיט זײערע װױנונגען און לאָקאַלן, געפֿינען זיך. די לערערינס פֿונעם שלום־עליכם קאָלעדזש האָבן איבערגעזעצט דעם רעפֿרען פֿון אַן אַבאָריגינעליש ליד אױף ייִדיש, און אַזױ האָבן די קינדער פֿון דער טאָגשול זי געזונגען אױף זײער ספּעציעלער פֿאַרזאַמלונג.


אַ רוסיש־רעדנדיק „משה־הױז” װעט זיך עפֿענען אין מעלבורן

אַ גרופּע יונגע ייִדן װעמענס משפּחות שטאַמען פֿונעם געװעזענעם סאָװעטן־פֿאַרבאַנד אָרגאָניזירט דאָס ערשטע רוסיש־רעדנדיקע „משה־הױז“ אין מעלבורן, אױפֿן נאָמען „דאָס קאַנגאַרוסקי משה־הױז‟. קאַנגאַרוסקי איז אַ פּראָגראַם װאָס ברענגט יונגע רוסיש־רעדנדיקע ייִדן פֿון גאַנץ אױסטראַליע קײן מדינת־ישׂראל, װוּ זײ נעמען אָנטײל אין דערציִערישע, געזעלשאַפֿטלעכע און טוריסטישע איבערלעבונגען. די דרײַ אָרגאָניזאַטאָרן פֿונעם „קאַנגאַרוסקי משה־הױז“ האָבן שױן אָנטײלגענומען אין דער פּראָגראַם.

די אָרגאָניזאַטאָרן װעלן װױנען בשותּפֿות און װעלן אָרגאָניזירן קלאַסן, יום־טובֿדיקע מאָלצײַטן און אַנדערע אַקטיװיטעטן פֿאַר אַנדערע יונגע רוסיש־רעדנדיקע ייִדן. די טירן פֿונעם „קאַנגאַרוסקי משה־הױז“, האָבן זײ צוגעזאָגט, װעלן שטענדיק זײַן אָפֿן.


דער נײַער פּרעזידענט פֿון „צדק־אױסטראַליע“

שױן פֿיר יאָר װי די אָרגאָניזאַציע „צדק־אױסטראַליע“, װאָס שטעלט מיט זיך פֿאָר ייִדן װעלכע האָבן געליטן סעקסועלע מיסברױכן, האָט געמאָלדן, אַז זי האָט אַ נײַעם צײַט־װײַליקן פּרעזידענט. ער הײסט דעני שװאַרץ, און ער װעט איבערנעמען די אַרבעט, כאָטש צײַט־װײַליק, נאָך דער רעזיגנאַציע פֿונעם געװעזענעם פּרעזידענט, דזשאָש באָרענשטײן, װאָס איז אײנער פֿון די מיט־גרינדערס פֿון דער אָרגאָניזאַציע, צוזאַמען מיט מעני װעקס.

דעני שװאַרץ האָט פֿריִער געדינט װי דער װיצע־פּרעזידענט פֿון דער אָרגאָניזאַציע און אױך װי איר קאַסירער. דערצו האָט ער פּראָפֿעסיאָנעלע דערפֿאַרונג אין דער אָנפֿירערשאַפֿט פֿון װױלטעטיקע אָרגאָניזאַציעס װעלכע פֿאַרדינען נישט קײן פּראָפֿיטן.

די אָרגאָניזאַציע „צדק“ אַרבעט מיט מיט די געליטענע, מיט דער ייִדישער קהילה — אירע אָרגאָניזאַציעס, טאָגשולן, יוגנט־גרופּעס, ספּאָרט־גרופּעס און אױך מיט אירע יחידים — און מיט רעגירונגען, פּאָליצײ און אַנדערע רעלעװאַנטע אַגענצן כּדי צו באַקעמפֿן סעקסועלע פֿאַרברעכנס קעגן קינדער כאָטש צװישן ייִדן.