לינגוויסטישע שאלות־ותּשובֿות אויף ייִדיש

Linguistic Responsa in Yiddish

דער שער־בלאַט פֿון דער בײַלאַגע צו דער וועבזײַט געווידמעט לינגוויסטישע שאלות ותּשובֿות (רעכטס), און ד״ר דוד כּ״ץ (לינקס)
דער שער־בלאַט פֿון דער בײַלאַגע צו דער וועבזײַט געווידמעט לינגוויסטישע שאלות ותּשובֿות (רעכטס), און ד״ר דוד כּ״ץ (לינקס)

פֿון דזשאָרדין קוציק

Published June 07, 2016, issue of June 25, 2016.

דורות לאַנג איז געווען אַ טראַדיציע בײַ די לינגוויסטן, וואָס האָבן געפֿאָרשט די ייִדישע שפּראַך, צו דרוקן כאָטש אַ טייל פֿון זייערע פֿאָרש־אַרבעטן אויף ייִדיש.

ערשטנס איז דאָס געווען אַ פּראַקטישער טריט — אַלע אַנדערע לינגוויסטן, וואָס האָבן זיך פֿאַרנומען מיט ייִדיש האָבן געקענט כאָטש לייענען די אַרטיקלען אויף מאַמע־לשון. ס׳איז אָבער אויך געווען אַן אידעאָלאָגישע שיטה: מע האָט געוואָלט ווײַזן דער וועלט, אַז אויך אויף ייִדיש קען מען געהעריק שרײַבן וועגן לינגוויסטישע און אַנדערע וויסנשאַפֿטלעכע ענינים.

הײַנט זענען לײַדער ניטאָ קיין סך זשורנאַלן, וווּ מע קען אַרויסגעבן וויסנשאַפֿטלעכע פֿאָרש־אַרבעטן אויף ייִדיש. דערצו קענען ניט קיין סך פֿון די מענטשן, וואָס פֿאַרנעמען זיך מיט ייִדיש, די שפּראַך אויף אַזאַ מדרגה, אַז זיי וואָלטן געקענט אָנשרײַבן אַן אַקאַדעמישע אַרבעט אויף ייִדיש, צי אַפֿילו געהעריק ענטפֿערן אויף אַזאַ אַרטיקל אין דער זעלביקער שפּראַך, אין וועלכער מע האָט אים אָנגעשריבן.

ס׳איז אויך כּדאַי צו דערמאָנען, אַז די גראַדויִר־סטודענטן און פּראָפֿעסאָרן דאַרפֿן אַרויסגעבן אַ געוויסע צאָל אַרטיקלען אין אַקאַדעמישע זשורנאַלן, וואָס ווערן איבערגעלייענט און קאָנטראָלירט דורך די עקספּערטן אין זייער פֿעלד. אַז ס׳זענען פּשוט ניטאָ גענוג עקספּערטן איבערצולייענען און רעצענזירן אַן אַרטיקל אויף ייִדיש פֿון 40 זײַטן וועגן דער ייִדישער דיאַלעקטאָלאָגיע אָדער פֿאָנעטיק, לייגט עס זיך מער אויפֿן שׂכל אָנצושרײַבן אַזאַ אַרטיקל אויף ענגליש, אַ שפּראַך וועלכע הונדערטער טויזנטער לינגוויסטן קענען לייענען.

די זעלביקע סיטואַציע איז אויך שײַך אַלע וויסנשאַפֿטלעכע געביטן, ובפֿרט אַזעלכע ווי סאָציאָלאָגיע, מעדיצין, געשיכטע, ייִדישע שטודיעס אאַז׳׳וו, פֿאַר וועלכע עס זענען אַמאָל געווען ערנסטע וויסנשאַפֿטלעכע פּובליקאַציעס אויף מאַמע־לשון.

ניט געקוקט אויף דעם, וואָס ס׳איז ניט באמת פּראַקטיש, גייען אַ פּאָר ייִדישע לינגוויסטן אָן ווײַטער מיטן אָנשרײַבן אַרטיקלען אויף ייִדיש. אונדזער קאָלעגע איציק בלימאַן האָט לעצטנס, למשל, געגעבן אַ רעפֿעראַט וועגן שלום־עליכמס ייִדישן דיאַלעקט אויף אַ קאָנפֿערענץ אין ישׂראל, און ד״ר הערשל גלעזער, וואָס האָט רעדאַקטירט דעם לעצטן נומער פֿונעם זשורנאַל „ייִדישע שפּראַך‟, שרײַבט נאָך אַלץ אַקאַדעמישע אַרטיקלען אויף ייִדיש.

אפֿשר דער סאַמע־אָפֿטער מחבר און רעדאַקטאָר פֿון לינגוויסטישע פֿאָרש־אַרבעטן אויף ייִדיש פֿונעם נאָך־מלחמהדיקן דור איז ד׳׳ר הירשע דוד־כּ״ץ. אַ מומחה פֿון דער ייִדישער שפּראַך־געשיכטע און די ייִדישע דיאַלעקטן פֿון דער אַמאָליקער ייִדישער ליטע, האָט ד״ר כּ״ץ רעדאַקטירט דרײַ ריזיקע בענד פֿון דער סעריע „אָקספֿאָרדער ייִדיש‟ אין די 1990ער יאָרן, וואָס האָבן אַרײַנגענומען עטלעכע גאַנץ־לאַנגע און געלערנטע פֿאָרש־אַרבעטן איבער דער ייִדישער לינגוויסטיק. ס׳איז געווען אַן אוניקאַלע דערגרייכונג פֿאַר יענער תּקופֿה, בפֿרט ווען מע נעמט אין באַטראַכט, אַז ד״ר כּ״ץ איז דעמאָלט געווען אין זײַנע דרײַסיקער און פֿערציקער, און ס׳רובֿ ייִדישע לינגוויסטן וועמען ער האָט רעדאַקטירט זענען געווען עלטער פֿון אים מיט אַ דור־צוויי.

יענע תּקופֿה פֿון אַזעלכע וויסנשאַפֿטלעכע אויסגאַבעס ווי „אָקספֿאָרדער ייִדיש‟ און „ייִדישע שפּראַך‟, שוין אָפּגערעדט פֿון „ייִוואָ־בלעטער‟ אָדער מעדיצינישע זשורנאַלן אויף ייִדיש, האָט זיך, צום באדויערן פֿאַרענדיקט. ד״ר כּ״ץ גייט אָבער אָן ווײַטער מיט זײַן שליחות צו שרײַבן וועגן דער ייִדישער לינגוויסטיק אויף ייִדיש. לעצטנס האָט ער פֿאַרעפֿנטלעכט אַ סעריע שאלות־ותּשובֿות, וואָס ווערן געענטפֿערט אין אַ סטיל וואָס איז סײַ לומדיש, סײַ וויסנשאַפֿטלעך. די ערשטע צוויי שאלות, אויף וועלכע ד״ר כּ״ץ האָט געענטפֿערט אויף זײַן וועבזײַט Defending History האָבן צו טאָן מיט דער געשיכטע פֿונעם ליטווישן ייִדיש. ד״ר שניאור ליימאַן פֿון ברוקלין האָט געפֿרעגט, ווי אַנדערש האָט געקלונגען ליטוויש ייִדיש פֿון צפֿון־מערבֿ ייִדיש. ד״ר שאַול שטאַמפּער פֿון ירושלים האָט געפֿרעגט, וואָס עס זענען געווען די פֿריסטע ראיות פֿונעם ליטווישן ייִדישן דיאַלעקט.

כּדי צו ענטפֿערן אויף די פֿראַגעס, ברענגט ד״ר כּ״ץ אַ ריי באַווײַזן פֿון פֿאַרשידענע קוואַלן: די באַשרײַבונגען פֿון אַ רבֿ וועגן די דעמאָלטיקע ייִדישע דיאַלעקטן; די ווערק פֿון אַזעלכע לינגוויסטן ווי מאַקס און אוריאל ווײַנרײַך, שלמה בירנבוים און יודל מאַרק, און זײַן אייגענע אויספֿאָרשונג איבער ליטוויש־ייִדיש. די גאַנצע שאלות־ותּשובֿות קען מען לייענען דאָ: //defendinghistory.com/responsa-in-yiddish-linguistics-by-dovid-katz#beyz. מע קען אויך לייענען אַ פּרטימדיקן אַרטיקל פֿון ד׳׳ר כּ׳׳ץ וועגן די דעבאַטעס איבער דער סטאַנדאַרדיזאַציע פֿונעם ליטווישן ייִדיש אָט דאָ: //dovidkatz.net/dovid/PDFStylistics/1994.pdf.