ידיעות פֿון וואַרשע

News From Warsaw

אַ סצענע פֿון דער פֿאָרשטעלונג
Courtesy of Teatru Golem
אַ סצענע פֿון דער פֿאָרשטעלונג

פֿון קאָבי ווײַצנער

Published June 07, 2016.

די ידיעות פֿון וואַרשע ווי אויך ייִדישע נײַעס פֿון אַנדערע לענדער איבער דער וועלט, קאָן מען הערן יעדן טאָג אין אונדזער ראַדיאָ־פּראָגראַם „דער פֿאָרווערטס־קול‟.

אונגערישע מוזיקאַלישע ווערסיע פֿון „דער גולם‟ קומט קיין וואַרשע

דער בודאַפּעטשער ייִדישער טעאַטער שפּילט, דעם נײַנטן יוני, אַ מוזיקאַלישע פּיעסע פֿאַרן וואַרשעווער עולם — „דער גולם‟.

דער ייִדישער מוזיי „פּולין‟ האָט אײַנגעלאַדן דעם ייִדישן טעאַטער פֿון בודאַפּעשט צו אונדז קיין וואַרשע.

דער טעאַטער שפּילט אין אונגאַריש. פֿאַרשטייט זיך, אַז די אויפֿפֿירונג ווערט איבערגעזעצט אויף פּויליש פֿאַרן וואַרשעווער עולם.

דעם ייִדישן אונגאַרישן טעאַטער האָט געגרינדעט אַנדראַס באָרגולאַ אין יאָר 2005. ער איז געווען און געבליבן דער קינסטלערישער לײַטער פֿונעם טעאַטער.

ס׳איז נישט אַזוי לײַכט צו דערוויסן זיך וואָסערע פּיעסעס האָט דער טעאַטער געשפּילט ביז איצט, בײַ די וואָס האָבן קנאַפּע קענטענישן אין אונגאַריש. עטלעכע טיטלען זענען, פֿון דעסט וועגן, פֿאַרשטענדלעך אַפֿילו פֿאַר אונדז, פּוילישע ייִדן, ווי, למשל, אַ פּיעסע וואָס הייסט „מאַמע לשון‟, און אַ צווייטע פּיעסע וואָס הייסט „פּיצאַ קאַמיקאַז‟.

בכלל, לויט אַלע סימנים, וויל דער טעאַטער ממשיך זײַן די טראַדיציע פון אַבסורד און הומאָר, וואָס איז דער כּוח פֿון דער מיטל-אייראָפּעיִשער טעאַטראַלער טראַדיציע פֿון רומעניע ביז פּוילן.

אַגבֿ, ס’איז מסתּמא נישט קיין צופֿאַל וואָס אפֿרים קישון, דער גרעסטער ישׂראלדיקער הומאָריסט, האָט געשטאַמט פֿון אונגאַרן.

די אונגאַרישע גולם־ווערסיע פֿאַרנעמט זיך מיט עטלעכע אַקטועלע טעמעס — דערקלערט דער אונגאַרישער רעזשיסאָר. למשל: צי די ייִדן הערשן טאַקע איבער דער וועלט? צי סע פּאַסט צו עסן מיט גאָפּל־און־מעסער אין אַ כינעזישן רעסטאָראַן? און נאָך א וויכטיקער ענין: צי ביידע טעמעס האָבן אַ שייכות איינע מיט דער צווייטער…

אין זײַן מאַניפֿעסט דערקלערט דער אונגאַרישער ייִדישער טעאַטער, אַז ער וויל נישט זײַן קיין מוזיי אָדער אַרכיוו פֿאַר אַלטע ייִדישע פּיעסעס. פֿאַרקערט. זײַן ציל איז צו שפּילן נײַע, הײַנטצײַטיקע פּיעסעס.

הלוואי כּן יהי רצון.


ייִדישע פֿונדאַציע האָט נישט דערלויבט פֿילם „קינדער־מגילה‟ צו ניצן ליד, וואָס זי האָט רעקאָרדירט מיט קינדער

לאָמיר בלײַבן אַ רגעלע אין דער שיינער וועלט פֿון טעאַטער און קונסט.

ווי מיר האָבן שוין באַריכטעט איז דער ייִדישער מוזיי „פּולין‟, אין איינעם מיט דער „ייִדיש פֿונדאַציע‟ נאָר וואָס אַרויס מיט אַ קליינעם אָבער חנעוודיקן פֿילם מיט קינדער און פֿאַר קינדער און טאַקע אויף ייִדיש — „די קינדער־מגילה‟.

די קינדערשע ווערסיע איז, פֿאַרשטייט זיך, אָן סעקס און רציחה אָבער דער סוף איז דער זעלבער ווי אין דער אָריגינעלער מגילה — אסתּר המלכּה ראַטעוועט איר פֿאָלק, און די שׂימחה איז גרויס.

דער מוזיקאַלישער לײַטער פֿונעם פֿילם האָט געבעטן בײַ אַ געוויסער ייִדישער-פּוילישער פֿונדאַציע רשות צו נוצן אַ פֿריילעך ליד, וואָס זיי האָבן רעקאָרדירט בשעתּו מיט אַ גרופּע קינדער. קיין רשות האָט ער נישט באַקומען.

מילא. האָט ער גענוצט אַן אַנדערע מעלאָדיע.

דאָ איז אפֿשר כּדאי צו געבן אַ טראַכט וועגן אַ פֿענאָמען וואָס איז פֿאַרשפּרייט אויף דער גאַנצער וועלט, נישט נאָר אין פּוילן. דהײַנו: אָפֿט מאָל קענען מיר נישט נוצן (נישט חלילה פֿאַר קיין שום פּראָפֿיט) פּליטעס אָדער פֿילמען וואָס זענען געשאַפֿן געוואָרן אַ דאַנק מלוכישער אָדער געזעלשאַפֿטלעכער שטיצע.

פֿאַרשטייט זיך, אַז אויב אַ פּריוואַטער פּראָדוצענט לייגט אַריין אייגענע געלטער אין אַ פֿילם, טוט ער דאָס צוליב פּראָפֿיט און נישט לשם שמים.

אָבער דאָ גייט אַ רייד פֿון פּראָדוצענטן וואָס מאַכן פֿילמען אָדער פּליטעס נישט מיט קיין אייגענע געלטער און נישט פֿאַר קיין פּראָפֿיט.

פון דעסט וועגן, איז די רשימה פֿון אַזעלעכע פּליטעס און פֿילמען וואָס מען דאַרף זיי קויפֿן כּדי זיי צו זען און הערן זייער אַ לאַנגע. קלאָד לאַנצמאַנס „שואה‟ איז כּמעט אַן אויסנאַם. איר קענט אים געפֿינען אויף יו-טוב.

די פֿראַגע איז פֿאַר וואָס קען מען נישט זען און הערן די דאָזיקע פֿילמען און פּליטעס בחינם? אין לעצטן סך־הכּל זענען דאָס ווערק, וואָס דער ציבור האָט געשטיצט און פֿינאַנצירט. אפֿשר וואָלט געווען מער יושרדיק, אַז דאָס וואָס דער ציבור האָט פֿינאַנצירט זאָל געהערן טאַקע דעם ציבור? דאָס איז מסתּמא אויך געווען די אמתע כּוונה פֿון די שטיצערס.