צוויי מדינות, איין היימלאַנד

Two States, One Homeland

פֿון דער קאָנפֿערענץ, יוני 2016
Adi Mahalel
פֿון דער קאָנפֿערענץ, יוני 2016

פֿון עדי מהלאל

Published June 08, 2016, issue of June 25, 2016.

שוין אַ היפּש־ביסל צײַט זעט אויס, אַז די מעגלעכקייט פֿאַר אַ ישׂראל־פּאַלעסטינער שלום־אָפּמאַך, אויפֿן סמך פֿון דער צוויי־מלוכישער פּראָגראַם, איז אויסגעגאַנגען.

דורכפֿאָרנדיק איבער ישׂראל און דעם אָקופּירטן מערבֿ־ברעג, באַקומט מען דעם שטאַרקן רושם, אַז אויף קיין גוטער ריכטונג גייט מען נישט. די צוויי באַפֿעלקערונגען, די ייִדן און די פּאַלעסטינער, לעבן אַזוי ענג בשכנות, אַז די פֿאַרשידענע פּרוּוון צווישן זיי זיך אָפּצוזינדערן, זענען אינעם בעסטן פֿאַל — קינסטלעך און נישט עכט. איבערן גרייס פֿון יעדער מדינה פֿירט מען תּמיד הייסע דעבאַטעס, אָבער נישט ווייניק מומחים האַלטן, אַז די צוויי באַפֿעלקערונגען זענען מער ווייניקער גלײַך, מיט אַ קליינער מערהייט לטובֿת די פּאַלעסטינער.

פּאָליטיש גערעדט, פּראָבירט אַפֿילו די „העבֿודה‟־פּאַרטיי — די כּלומרשטיקע פּאָליטישע אָפּאָזיציע צו „ליכּוד‟ — אַלעמען איבערצורעדן אַז וואָס שײך דער „זיכערקייט‟ שטייט זי נאָך מער צום רעכטס פֿון נתּניהון. און ביבי האַלט, אַז יעדע נײַע איניציאַטיוו אָדער פּרוּוו צו אָרגאַניזירן אַן אינטערנאַציאָנאַלע שלום־קאָנפֿערענץ, שטעלט ישׂראל אין אַ גרויסער סכּנה. דער אַקטיוויסט און מחבר אורי אַבֿנרי האָט אָט דעם ישׂראלדיקן צוגאַנג אַמאָל אָנגערופֿן „די שלום־באַדראָונג‟.

פֿון דער אַנדערער זײַט, האַלטן אַ סך מענטשן, אַז די איין־מלוכישע לייזונג איז פּשוט צו אוטאָפּיש און אומתּכליתדיק צו רעאַליזירן; בפֿרט אַז מע נעמט אין באַטראַכט די טיפֿע שׂינאה צווישן די צוויי פֿעלקער.

וואָס זשע טוט מען? ווי פֿירט מען ווײַטער די זינקענדיקע ישׂראל־שיף, כּדי צו געפֿינען אַן אויסוועג פֿון דעם פּלאָנטער?

ווי מע זאָגט, גיט זיך אַ ייִד (און אין דעם פֿאַל יעדער איינער) אַן עצה. קלוגע לײַט באַטראַכטן די בײַטנדיקע ווירקלעכקייט און מוטיקן נײַע שײַכותדיקע געדאַנקען. איינער פֿון די מער ערנסטע און אינטערעסאַנטע אײַנפֿאַלן אין דעם געביט, קומט פֿון דער גרופּע „צוויי מדינות, איין היימלאַנד‟ (שׁתּי מדינות, מולדת אַחת). די גרופּע שטרעבט אויסצומײַדן ביידע שאַבלאָנען: אי פֿון דער צוויי־מלוכישער לייזונג, אי פֿון דער איין-מלוכישער. אין תּוך, שטייט זייער געדאַנק אויף פֿעסטע יסודות. זייער וויזיע באַשטייט פֿון „צוויי סוּווערענע מדינות אין איין אָפֿענעם לאַנד‟. זיי דריקן אויס זייער וויזיע בזה־הלשון:

„די מלוכה ישׂראלפּאַלעסטינע איז אַ בשותּפֿותדיק היימלאַנד פֿאַר צוויי פֿעלקער — דאָס ייִדישע און דאָס פּאַלעסטינער, און יעדער איינער פֿון זיי האָט דערצו אַ טיף היסטאָריש, רעליגיעז און קולטורעל שײַכות. יעדער איינער, וואָס לעבט אין דעם בשותּפֿותדיקן היימלאַנד, האָט גלײַכע רעכט צו לעבן אין פֿרײַהייט, גלײַכבאַרעכטיקונג און כּבֿוד, און יעדער הסכּם מוז זיך באַזירן אויפֿן פֿאַרזיכערן אָט די רעכט… מיר גלייבן, אַז די גרענעצן צווישן די צוויי מלוכות [לויט די ליניעס פֿון דעם 4טן יוני 1967] דאַרפֿן זײַן אָפֿן צו דער פֿרײַער באַוועגונג פֿון בירגער פֿון ביידע צדדים, אַבי מע זאָל רעספּעקטירן די רעכט פֿון די כּלל־תּושבֿים.‟



Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.