חסידישע קינדער געראַטעוועט אַ דאַנק זייערע מאָבילקעס

Hasidic Children Saved Thanks to Their Cell Phones

Stuart Brock Photography

פֿון „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published June 08, 2016, issue of June 25, 2016.

אַ גרופּע פֿון 34 ישיבֿה־בחורים און צוויי לערער פֿון סטעמפֿאָרד־היל, לאָנדאָן, זענען געראַטעוועט געוואָרן אין אַ העכטס־דראַמיטישער בײַ־נאַכטיקער רעטונג־אַקציע נאָך דעם, וואָס זיי זענען געשטראַנדעט געוואָרן בײַם ברעג־ים און די שטײַגנדיקע וואַסערן האָבן זיי געשטטעלט אין סכּנה פֿון דערטרונקען ווערן רח״ל.

דער אינצידענט איז פֿאָרגעקומען נאָך דעם וואָס אַ גרופּע תּלמידים, וואָס זענען געפֿאָרן אויף אַן עקסקורסיע אָרגאַניזירט דורכן חסידישן קהילה־צענטער „אַהבֿת־ישׂראל‟, איז געגאַנגען שפּאַצירן צווישן די ריזיקע פֿעלדזן און ברעג לעבן „דאָווער־האַרבאָר‟. די גרופּע האָט אַ פּנים איגנאָרירט נײַן שילדן וואָס האָבן געוואָרנט, אַז מע טאָר ניט שפּאַצירן דאָרטן צוליב דעם, וואָס דער שטראָם פֿונעם ים קען גורם זײַן, אַז מע קען שטעקן בלײַבן צווישן די פֿעלדזן און דעם ברעג ווען עס קומען אַרײַן די ריזיקע כוואַליעס.

מע האָט לאַנצירט די רעטונגס־אַקציע נאָך דעם, וואָס עמעצער אין דער גרופּע האָט אָנגעקלונגען דער פּאָליציי און אַ לאָנדענער צווײַג פֿון די „שומרים‟. מע האָט אין גיכן אַרויסגעשיקט אַ העליקאָפּטער, כּדי צו זוכן די גרופּע און די בחורים האָבן סיגנאַלירט צו די פּילאָטן מיט דער ליכט פֿון זייערע טעלעפֿאָנען, די פּילאָטן זאָלן קענען זען וווּ זיי געפֿינען זיך אין דער פֿינצטער. די ראַטירער האָבן דערנאָך אַוועקגעפֿירט די חסידים אויף דרײַ שיפֿן און אינעם העליקאָפּטער אין אַן אָרטיקן שפּיטאָל. קיינער פֿון זיי האָט ניט געליטן פֿון קיין ערנסטע מעדיצינישע פּראָבלעמען.

מאַרק פֿיניס, אַ ראַטירער מיטן ענגלישן פֿלאָט, האָט באַמערקט, אַז די בחורים האָבן בכלל ניט פֿאַרשטאַנען, ווי געפֿערלעך עס איז טאַקע געווען זייער מצבֿ. „אין צוויי שעה אַרום וואָלטן זיי געווען אויף גרויסע צרות‟, האָט ער דערקלערט די צײַטונג „דיילי מייל‟. „זיי האָבן בכלל ניט געקענט דעם שטח. ס׳האָט מסתּמא אויסגעזען גאַנץ צוציִיִק ווען זיי זענען אַוועקגעפֿאָרן נאָכמיטאָג. ס׳איז אָבער זייער אַ געפֿערלעך אָרט און די קליידער, וואָס זיי האָבן געטראָגן זענען געווען אין גאַנצן ניט צוגעפּאַסט צו דעם. ריזיקע שטיינער פֿאַלן כּסדר אַראָפּ פֿון די פֿעלדזן. ס׳איז קלאָר, אַז זיי האָבן קיין סך ניט געטראַכט וועגן דעם איידער זיי זענען געקומען אַהין‟. אַ וואָרטזאָגער פֿאַר דער ברעגוואַך האָט דערקלערט, אַז די גרופּע האָט, אַ פּנים, אַראָפּגעקלעטערט פֿון די פֿעלדזן, כּדי צו דערגרייכן דעם ברעג.

די חסידים האָבן ניט בלויז געהאַט מזל, וואָס מע האָט זיי געקענט ראַטעווען, נאָר אויך וואָס זייערע מאָבילקעס האָבן פֿונקציאָנירט. אַן אָרטיקע אײַנוווינערין האָט דערציילט די „דיילי מייל‟, אַז געוויינטלעך קענען די טעלעפֿאָנען קיינעם ניט דערגרייכן, ווען מע גייט בײַם ברעג הינטער די פֿעלדזן.