טויזנטער פּערזענלעכע זאַכן אַנטדעקט אין אוישוויץ

Thousands of Personal Items Discovered at Auschwitz

מרדכי רונן, וועלכער איז צו 11 יאָר געווען אַ קאַצעטניק אין אוישוויץ און האָט דאָרט אָנגעוווירן זײַן טאַטע־מאַמע און שוועסטער, באַזוכט דעם געוועזענעם אומברענג־לאַגער, דעם 26סטן יאַנואַר 2015
Getty Images
מרדכי רונן, וועלכער איז צו 11 יאָר געווען אַ קאַצעטניק אין אוישוויץ און האָט דאָרט אָנגעוווירן זײַן טאַטע־מאַמע און שוועסטער, באַזוכט דעם געוועזענעם אומברענג־לאַגער, דעם 26סטן יאַנואַר 2015

פֿון ייִט״אַ

Published June 09, 2016, issue of June 25, 2016.

דער אוישוויץ־מוזיי האָט דינסטיק געמאָלדן, אַז ער האָט געפֿונען 16,000 פּערזענלעכע חפֿצים, וואָס האָבן אַמאָל געהערט צו די ייִדן, וועלכע זענען דערהרגעט געוואָרן אינעם נאַציסטישן אומברענג־לאַגער.

די מוזיי־באַאַמטע האָבן דערקלערט, אַז די געוועזענע קאָמוניסטישע רעגירונג אין פּוילן האָט געהאַט אַרײַנגעלייגט די חפֿצים אין סקלאַד, אָבער דערנאָך געלאָזט זיי ליגן יאָרן לאַנג, האָט איבערגעגעבן די פֿראַנצייזישע פּרעסע־אַגענטור. צווישן די זאַכן זענען געווען ליידיקע מעדיקאַמענטן־פֿלעשעלעך, שיך, צירונג און זייגערלעך.

„אין ס׳רובֿ פֿאַלן, איז דאָס געווען דאָס לעצטע האָב־און־גוטס, וואָס די ייִדן האָבן געהאַט איידער מע האָט זיי אַוועקגעפֿירט צום טויט אין די גאַז־קאַמערן,‟ האָט דער מוזיי באַטאָנט. די זאַכן האָט מען נאָך געפֿונען אין 1967, צווישן די חורבֿות פֿון דער קרעמעטאָריע און גאַז־קאַמער. מע האָט זיי דעמאָלט אַרײַנגעלייגט אין קאַרטאָנענע קעסטלעך אין אַ בנין פֿון דער „פּוילישער וויסנשאַפֿט־אַקאַדעמיע‟ אין וואַרשע און, אַ פּנים, פֿאַרגעסן וועגן דעם.

דער אוישוויץ־מוזיי, וואָס האָט פֿאַראַיאָרן צוגעצויגן 1.72 מיליאָן באַזוכער, האָט לעצטנס זיך דערוווּסט, אַז מע האָט געהאַט אַרײַנגעלייגט די זאַכן אין סקלאַד, האָט אַ גרופּע פֿאָרשער אָנגעהויבן זוכן די קעסטלעך און זיי לסוף געפֿונען.

„איך קען בלויז ספּעקולירן פֿאַר וואָס מע האָט אַרײַנגעלייגט די זאַכן אין סקלאַד… אפֿשר האָט מען לכתּחילה פּלאַנירט זיי צו אַנאַליזירן און אויספֿאָרשן,‟ האָט דער מוזיי־דירעקטאָר, פּיאָטר ציווינסקי, געזאָגט. „אָבער מיט עטלעכע חדשים שפּעטער, אין 1968, איז פֿאָרגעקומען די פּאָליטישע איבערקערעניש אין לאַנד, און די קאָמוניסטישע אינסטאַנצן האָבן אָנגענומען אַ בפֿירוש־אַנטיסעמיטישן כאַראַקטער.‟

„אפֿשר דערפֿאַר האָבן זיי קיין מאָל נישט פֿאַרענדיקט דעם פּראָיעקט,‟ האָט ציווינסקי צוגעגעבן. „דער חורבן איז דעמאָלט געווען אַן אָנגעווייטיקע טעמע אין פּוילן.‟