מאָנטיסעלאָ, אָט קומען מיר!

Monticello, Here We Come

פֿײַוווּש פֿינקעל
Jordan Kutzik
פֿײַוווּש פֿינקעל

פֿון „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published June 09, 2016, issue of June 25, 2016.

דער קלוב „ייִדישע אַרטיסטן און פֿרײַנד־אַקטיאָרן‟ וועט דורכפֿירן אַ ספּעציעלן אָוונט לכּבֿוד דער מוזיק, וואָס מע פֿלעגט שפּילן אין די האָטעלן און באָנגעלאָס (די אַזוי־גערופֿענע „קאָך־אַליינס‟) אין די קאַטסקיל־בערג.

די אונטערנעמונג, וואָס וועט פֿאָרקומען מאָנטיק, דעם 20סטן יוני, 8 אַ זייגער אין אָוונט, אין מאַנהעטן, ווערט באַצייכנט ווי אַ ייִדיש־אַמעריקאַנער מיוזיקל און קאָמעדיע לכּבֿוד „די בערג‟, און וועט אַרײַננעמען לידער פֿונעם ייִדישן טעאַטער, בראָדוויי און קלעזמער־מוזיק.

דער קאָנפֿעראַנסיע וועט זײַן דער באַליבטער ייִדישער אַקטיאָר, פֿײַוווּש פֿינקל. עס וועלן זיך באַטייליקן אין דעם קאָנצערט באָב אייבלסאָן, ליסאַ פֿישמאַן און שאַן מאַהאָני, מיט האַואַרד לעוואָ און זײַן קלעזמער־אָרקעסטער.

באָב אייבעלסאָן איז אַ לאַנג־יאָריקער חזן אין דער רעפֿאָרם־באַוועגונג, וועלכער האָט געשפּילט די הויפּט־ראָלע אין דוד שיפֿס אָנגעזעענער אָפּערע אויף ייִדיש, „גימפּל תּם‟.

ליסאַ פֿישמאַן איז אַ זינגערין און אַקטריסע, וועלכע האָט געשפּילט אין די ייִדישע פּיעסעס, „די גאָלדענע כּלה‟ און „אויף דער סעקאָנד עוועניו‟. שאָן מאַהאָני איז אַ טענאָר און טראָמבאָן־שפּילער און האַואַרד לישאָ — אַ קלאַרנעטיסט וואָס פֿירט אָן מיט אַ קלעזמער־אָרקעסטער.

די אונטערנעמונג וועט פֿאָרקומען אין דער „סאָטען־פּלייס סינאַגאָגע‟, 225 איסט 51סטע גאַס, צווישן דער צווייטער און דריטער עוועניו, אין מאַנהעטן.

נאָך מער אינפֿאָרמאַציע, אָדער צו רעזערווירן אַ בילעט, גייט צו: https://spsnyc.org/yafac-concert-monticello-here-we-come