פּרשת בחוקותי, תּשע״ו

Weekly Torah Portion: Bechukosay, 5776

Yehuda Blum

פֿון יואל מאַטוועיעוו

Published June 08, 2016, issue of June 25, 2016.

די הײַנטיקע סדרה הייבט זיך אָן מיט די ווערטער: „אם בחוקותי תּלכו, אויב איר וועט פֿאָלגן מײַנע חוקים — וועל איך אײַך בענטשן,‟ זאָגט דער אייבערשטער.

ווי עס ווערט דערקלערט אינעם פּירוש־רש״י און אַנדערע קלאַסישע מפֿרשים, ווערן די מיצוות אײַנגעטיילט אין דרײַ קאַטעגאָריעס: עדות, משפּטים און חוקים. צו דעם ערשטן מין געהערן די מיצוות, וואָס זענען פֿאַרבונדן מיט געוויסע היסטאָרישע געשעענישן. עס לייגט זיך אויפֿן שׂכל אָפּצומערקן יעדעס יאָר דעם טאָג, ווען דאָס ייִדישע פֿאָלק איז באַפֿרײַט געוואָרן פֿון דער מיצרישער שקלאַפֿערײַ, אָדער ווען דער באַשעפֿער האָט באַשאַפֿן די וועלט.

די משפּטים, וואָס געהערן צו דער צווייטער קאַטעגאָריע, לייגן זיך אויך אויפֿן שׂכל. מע טאָר נישט גנבֿענען, באַשווינדלען אָדער אײַנשטעלן אַ מענטש אין סכּנה. עס זענען אָבער פֿאַראַן אַ סך מיצוות, וואָס די תּורה זאָגט אָן מקיים צו זײַן אָן קיין לאָגישע חשבונות און קשיאות. למשל, פֿאַרוואָס דאַרפֿן די ייִדישע מענער לייגן תּפֿילין יעדן טאָג בײַם דאַווענען שחרית? אָדער אַ צווייטער בײַשפּיל: הגם דעם עצם־ענין פֿון שבת ווי אַ יום־מנוחה קאָן מען פֿאַרשטיין על־פּי שׂכל, פֿאַרוואָס טאָר מען נישט טאָן זייער אַ ספּעציפֿישע ליסטע פֿון 39 מלאָכות? אַ טייל מיצוות, וואָס הייסן „חוקים‟, מוז מען פּשוט פֿאָלגן, ווײַל אַזוי האָט דער אייבערשטער געהייסן.

פֿונדעסטוועגן, אויב מע נעמט אָן די תּורה־אָנזאָגן ווי מעכאַנישע באַפֿעלן, באַקומט זיך, אַז מע מוז שטיין דאָס גאַנצע לעבן אויפֿן זעלבן אָרט, אויספֿירן די זעלביקע טאָג־טעגלעכע רוטין. אין דער הײַנטיקער סדרה שטייט אָבער געשריבן פּונקט פֿאַרקערט, אַז די „חוקים‟ זענען אַ דינאַמישער וועג צום אייבערשטן; די תּורה זאָגט דווקא נישט צו שטיין אויפֿן זעלבן אָרט, נאָר צו גיין אַלעמאָל ווײַטער, „בחוקותי תּלכו‟. אויב אַפֿילו מע פֿאַרשטייט נישט דעם שׂכל, וואָס שטעקט אין געוויסע מיסטעריעזע מיצוות, מוזן זיי פֿירן דעם מענטש אויף נײַע וועגן.

לעצטנס, האָט זיך אין דער וועלט פֿאַרשפּרייט דער נײַער זשאַנער פֿון „אָפּגעפֿאָרענער‟ ליטעראַטור. אומצאָליקע אַרטיקלען און גאַנצע ביכער זענען אָנגעשריבן געוואָרן וועגן דעם, ווי אַזוי געוויסע ייִדן „גייען אַראָפּ‟ פֿונעם פֿרומען וועג און ווילן דערציילן דער וועלט, אַז זיי האָבן נישט געקאָנט בלײַבן אין די שמאָלע ראַמען פֿון זייער קהילה, וואָס האָט זיך נישט דערלאָזט צו אַנטוויקלען אַן אייגענעם קוקווינקל און מהלך.

מע קאָן זאָגן, אַז די „אָפּגעפֿאָרענע‟ היטן אָפּ גאַנץ ערלעך דאָס וואָרט „תּלכו‟ אינעם ערשטן פּסוק פֿון דער הײַנטיקער סדרה, פֿאַרגעסנדיק אָבער דאָס וואָרט „בחוקותי‟. זייער נשמה רופֿט זיי צו גיין ערגעץ ווײַטער און צו זוכן די פֿינקלען פֿון געטלעכקייט אין אומדערוואַרטע מקומות.



Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.