פּרשת במדבר, תּשע״ו

Weekly Torah Portion: Bemidbar, 5776

Yehuda Blum

פֿון יואל מאַטוועיעוו

Published June 09, 2016, issue of June 25, 2016.

די הײַנטיקע פּרשה הייבט זיך אָן מיט אַ פּרטימדיקער פֿאָלקס־ציילונג פֿון אַלע ייִדישע שבֿטים, אַחוץ דעם שבֿט־לוי. שפּעטער, ווערן באַזונדערס געציילט דרײַ משפּחות פֿון לוויים. דערנאָך, האָט דער אייבערשטער געהייסן איבערצוציילן אַלע ייִדישע בכורים, אַחוץ די ערשטע זין פֿון די לוויים, וואָס נייטיקן זיך נישט אין פּדיון־הבן.

לויטן באַקאַנטן פּירוש־רש״י, האָט דער רבונו־של־עולם אָנגעזאָגט משה רבינו דורכצופֿירן די פֿאָלקס־ציילונג צוליב דער באַזונדערער ליבשאַפֿט צו יעדן באַזונדערן ייִד. אָבער ווען אַ הײַנטצײַטיקער מענטש, צוגעוווינט צו די פּרינציפּן פֿון גלײַכקייט, לייענט איבער די הײַנטיקע סדרה, וואַרפֿט זיך אין די אויגן אַ בפֿירושע קשיא. אינעם חשבון פֿון די „געוויינטלעכע‟ שבֿטים ווערן גענומען אין באַטראַכט בלויז מענער צווישן 20 און 60 יאָר אַלט; בלויז די לוויים און בכורים ווערן גערעכנט פֿון קינדווײַז אָן, און די פֿרויען ווערן אינגאַנצן איגנאָרירט.

דערצו, זענען אַלע דערמאָנטע ציפֿערן קײַלעכדיק. הגם אַ טייל מפֿרשים מיינען, אַז אַזוי איז געשען על־פּי־נס, שאַפֿט זיך בפּשטות אַן אײַנדרוק, ווי עס באַטאָנען די אַנדערע קלאַסישע קאָמענטאַטאָרן, אַז די תּורה דערמאָנט דווקא נישט די פּינקטלעכע צאָל ייִדן. די פֿאָלקס־ציילונג זעט אויס גיכער ווי אַ בערכדיקער חשבון פֿון פּאָטענציעלע סאָלדאַטן מיט אַ היעראַרכישן טעם. פֿון דער הײַנטצײַטיקער פּערספּעקטיוו, קומט אַזאַ דעמאָגראַפֿיע אין סתּירה מיט די הומאַניסטישע אידעאַלן פֿון גלײַכקייט, לויט וועלכע יעדע מענטשלעכע נשמה איז טײַער — נישט בלויז דערוואַקסענע מענער, וואָס קאָנען זיך שלאָגן אויפֿן שלאַכט־פֿעלד.

אַ טייל הײַנטצײַטיקע קאָמענטאַטאָרן באַטאָנען, אַז פֿרויען, קינדער און זקנים זענען וויכטיקער, ווי געוויינטלעכע דערוואַקסענע מענער, דערפֿאַר זענען זיי העכער, ווי דער עצם־ענין פֿון דעמאָגראַפֿישע חשבונות. ס׳איז טאַקע אַ שיינער תּירוץ, וואָס שטימט, אין אַ געוויסער מאָס, מיט באַקאַנטע חסידישע ספֿרים.

דער איזשביצער רבי פֿרעגט אין זײַן ספֿר „מי השלוח‟ אַ ברייטערע קשיא: פֿאַרוואָס ווערן די קאָנקרעטע חשבונות בכלל באַטראַכט ווי אַ סימן פֿון חשיבֿות? דער נבֿיא הושע זאָגט דאָך, אַז צוליב דעם אייבערשטנס ברכה איז דאָס ייִדישע פֿאָלק „לא ימד ולא יספֿר‟ — העכער ווי אויסמעסטונגען און ציפֿערן. צוליב דער דאָזיקער סיבה, רעכנט מען נישט די מתפּללים אין דער שיל אויף אַ דירעקטן אופֿן; יעדער יחיד איז אַ גאַנצע וועלט און דווקא „נישט איינער‟, ווײַל זײַן געטלעכער נשמה־פּאָטענציאַל איז אומבאַגרענעצט.

דער איזשביצער רבי דערקלערט, אַז הגם דער כּלל־ישׂראל איז טאַקע העכער ווי סטאַטיסטישע חשבונות, בלײַבט יעדער יחיד באַזונדערס חשובֿ, אַזוי ווי דער קלענסטער עלעמענט פֿון אַ מאָזאַיִק. ווען אַ קינסטלער שאַפֿט אַ מאָזאַיִשן פּאָרטרעט פֿון אַ מלך, און בלויז איין שטיקעלע צווישן טויזנטער פֿאַלט אַרויס פֿונעם בילד, ווערט דער גאַנצער פּאָרטרעט קאַליע. הגם בלויז געוויסע גרופּעס ייִדן ווערן פֿאַררעכנט אין אונדזער סדרה, ווײַזט דער עצם־ענין פֿונעם פּרטימדיקן חשבון, אַז יעדע נשמה איז אוניקאַל און וויכטיקער, אין אַ געוויסן פּערזענלעכן אַספּעקט, ווי אַלע אַנדערע.

מע קאָן נאָך צוגעבן אַ וויכטיקן ענין, וואָס ווערט דערקלערט אין די ספֿרים פֿון רבי נחמן בראַצלעווער און זײַנע תּלמידים. צווישן אַלע פֿעלקער זענען צעשפּרייט הייליקע נשמות, וואָס אינעם עצמדיקן גײַסטיקן זין זענען זיי ייִדן — „גרים בכּוח‟, ווי רבי נחמן דריקט זיך אויס. פֿון דער צווייטער זײַט, טרעפֿן זיך אַזעלכע ייִדיש־שטאַמיקע פּאַרשוינען, וואָס צוליב זייער אויפֿפֿירונג פֿאַלן זיי, נעבעך, אינגאַנצן אַרויס פֿונעם כּלל־ישׂראל. להיפּוך צום פֿאַרשפּרייטן סטערעאָטיפּ, האָט עס ווייניק צו טאָן מיט דער אויבערפֿלעכלער פֿרומקייט. אַדרבה, לאַנג פֿאַר יצחק־לייבוש פּרצס באַקאַנטער סאַטירע וועגן דער „פֿרומער קאַץ‟, האָבן אונדזערע גרויסע חכמים און צדיקים געוואָרנט, אַז דווקא אין די פֿרומסטע קרײַזן ווערן אַמאָל אַרײַנגעמישט, צום באַדויערן, די ערגסטע „אָפּגעפֿאַלענע‟ טיפּן.

אַזוי צי אַזוי, שטימט נישט אַלעמאָל די רוחניותדיקע „כּנסת־ישׂראל‟, דער הימלישער בונד פֿון געטלעך־אויפֿגעלויכטענע נשמות, מיט אונדזער גשמיותדיקער דעמאָגראַפֿישער סטאַטיסטיק. אין דער חסידישער געשיכטע זענען באַקאַנט חידושדיקע מעשׂיות וועגן צדיקים, וואָס האָבן געדאַוונט אַ גאַנצע תּפֿילה מיטן קדיש, „ברכו‟ און קדושה אָן אַ פֿיזישן מנין; ווײַזט אויס, אַז אין די גײַסטיקע וועלטן ווערן די חשבונות געפֿירט טאַקע גאַנץ אַנדערש.

דער קומענדיקער יום־טובֿ, שבֿועות, קומט ווי אַ קולמינאַציע פֿון אַ מיצווה, וואָס האָט אויך צו טאָן מיט חשבונות: ספֿירת־העומר. הגם מיר ציילן די טעג צווישן פּסח ביז שבֿועות, ווערט דער לעצטער, 50סטער טאָג, דווקא נישט אַרײַנגערעכנט אינעם חשבון, ווײַל ער רעפּרעזענטירט די העכערע מדרגה, וואָס איז גובֿר די ראַמען פֿון אַריטמעטיק. בעתן מקבל זײַן די תּורה בײַם באַרג סיני, זענען די ייִדישע נשמות אַרויס פֿון געוויינטלעכע פֿיזישע באַגרענעצונגען און חשבונות.

עס באַקומט זיך אַן אינטערעסאַנטער פּאַראַדאָקס. הגם אין דער תּורה־הקדושה אַנטפּלעקט זיך דער געטלעכער אין־סוף, זעט זי אויס ווי אַ גשמיותדיקער און אַפֿילו פּראַגמאַטישער דאָקומענט. אַן אמתער צדיק קאָן, אַוודאי, דערשפּירן געטלעכקייט און משׂיג זײַן טיפֿע סודות אין יעדן אות פֿון דער הייליקער תּורה; פֿאַר אַ פּשוטן מענטש קלינגען אָבער די ספּעציפֿישע אוראַלטע דעמאָגראַפֿישע חשבונות אין אונדזער פּרשה גאַנץ נודנע און אומפֿאַרשטענדלעך.

על־פּי חסידות, שטעקט די העכערע מדרגה פֿון דער תּורה, וואָס איז גובֿר אַלע ציפֿערן און פֿיסקסירטע כּללים, אינעם ווײַסן שטח צווישן די אותיות. אַדרבה, דער קאָנקרעטער טעקסט פֿונעם חומש שטרײַכט אונטער דעם באַהאַלטענעם תּוכן, וואָס לאָזט זיך נישט דערקלערט צו ווערן דורך מענטשלעכע ווערטער און ציפֿערן. בײַם באַרג סיני האָבן די ייִדן דערגרייכט די דאָזיקע טראַנסצענדענטאַלע מדרגה; נאָכן חטא־עגל־הזהבֿ זענען זיי אָבער צוריק אַראָפּגעפֿאַלן אין דער נידעריקער וועלט פֿון „טרוקענע‟ כּללים און חשבונות. אין דער משיחישער תּקופֿה וועט זיך ווידער אַנטפּלעקן די העכערע תּורה־השׂגה „בלי לבֿושים‟.

מע קאָן זאָגן, אַז אויב די תּורה וואָלט מעכאַניש איבערגעציילט אַלע ייִדן, אַרײַנגערעכנט פֿרויען און קינדער, וואָלט מען נישט באַמערקט די שאַרפֿע סתּירה צווישן דער גשמיותדיקער אויבערפֿלאַך און דעם אינערלעכן תּוכן. אַדרבה, דווקא אַזעלכע מאָמענטן אין דער תּורה, וואָס פֿונעם מאָדערנעם שטאַנדפּונקט קאָנען אויסזען אויסטערליש קאָנטראָווערסאַל, ווײַזן אונדז, אַז רוחניות קאָן נישט רעדוצירט ווערן צו וועלכע־ניט־איז פּראַגמאַטישע חשבונות, ווי גענוי און עגאַליטאַריש זיי זאָלן נישט זײַן. דער געטלעכער אין־סוף אַנטפּלעקט זיך דווקא „צווישן די אותיות‟ — מחוץ די גרענעצן פֿון קאָנקרעטע ציפֿערן, באַגריפֿן און קאָנצעפּציעס.