וואַרשעווער ייִדישער טעאַטער פֿאַרלירט זײַן לאָקאַל

Warsaw's Jewish Theater Loses its Home

Wikimedia

פֿון ייִט״אַ

Published June 13, 2016, issue of June 25, 2016.

די אָנפֿירער פֿונעם „וואַרשעווער ייִדישער טעאַטער א״נ פֿון אסתּר־רחל און אידאַ קאַמינסקאַ‟ זענען לעצטנס אַרײַנגעפֿאַלן אין אַ ביטערן סיכסוך מיט די בעלי־בתּים פֿונעם טעאַטערס לאָקאַל.

„געלאַמקאָ‟, די פֿירמע וואָס פֿאַרמאָגט דעם בנין, האָט פֿאַרשלאָסן די טירן און דערלאָזט ניט, אַז די אַרטיסטן און פּערסאָנאַל פֿונעם היסטאָרישן טעאַטער זאָלן אַרײַנגיין אינעם לאָקאַל, וווּ זיי שפּילן שוין 46 יאָר. ווי אַ פּראָטעסט פּלאַנירן די אַקטיאָרן צו מאַכן אַ פֿאָרשטעלונג אין דרויסן, אין אַ דערבײַיִקן סקווער, אויף וועלכן אַלע וועלן קענען קומען זען אַ פּיעסע בחינם.

די בעלי־בתּים פֿונעם לאָקאַל ווילן אַראָפּרײַסן דעם בנין, כּדי צו בויען אַ העכערן בנין. זיי טענהן אַז דער אָרטיקער מלוכישער אויפֿזעער פֿון בוי־פּראָיעקטן האָט דערקלערט, אַז דער בנין איז געפֿערלעך פֿאַרן ברייטערן עולם. דער אויפֿזעער האָט אָבער שפּעטער דערקלערט, אַז דער בנין איז ניט געפֿערלעך און אַז עס גילט מער ניט דער באַשלוס פֿונעם מלוכישן אינספּעקטאָר.

גאָלדע טענצער, די נײַע דירעקטאָרשע פֿונעם טעאַטער, האָט דערקלערט פֿאַר דער פּרעסע אַז די אייגנטימער, וואָס האָבן פֿאַראַיאָרן געקויפֿט דעם בנין פֿון דער „געזעלשאַפֿטלעכער קולטורעלער אַסאָציאַציע פֿון די ייִדן אין פּוילן‟ האָבן צוגעזאָגט צו דערלאָזן, אַז דער טעאַטער זאָל בלײַבן נאָך דעם וואָס מע בויט אויף דעם נײַעם הויכן בנין. די פֿירמע „געלאַמקאָ‟ האָט זיך אָבער איבערגעקלערט און געלאָזט וויסן די אָנפֿירער פֿונעם טעאַטער, אַז מע וועט זיי צושטעלן אַן אָרט ערגעץ אַנדערש.

ווי אַ פּראָטעסט וועלן די אַקטיאָרן פֿאָרשטעלן „פֿידלער אויפֿן דאַך‟ אינעם דערבײַיִקן גזשיבאָווסקי־סקווער, אַז דער ברייטערער עולם זאָלן קענען געניסן פֿון דעם בחינם. טענצער האַלט, אַז דער טעאַטער מוז בלײַבן אין זײַן איצטיקן לאָקאַל צוליב היסטאָרישע סיבות.

„די געזעצן האַלטן מיט אונדז‟, האָט טענצער געזאָגט. „מיר זענען די יורשים פֿון די, וואָס זענען געגאַנגען אויפֿן סקווער פֿאַר דער מלחמה און וואָס האָבן געשפּילט אויף ייִדיש. מיר זענען איינער פֿון בלויז עטלעכע טעאַטערס אויף דער וועלט, וואָס שפּילט נאָך אַלץ אויף ייִדיש. דאָ איז דער גײַסט פֿון אונדזערע אָבֿות‟.

דער „וואַרשעווער ייִדישער טעאַטער א׳׳נ פֿון אסתּר־רחל און אידאַ קאַמינסקאַ‟ איז געגרינדעט געוואָרן אין יאָר 1950 און שפּילט אינעם זעלביקן לאָקאַל זינט 1970. דער טעאַטער, אַ זעלטענע פֿאַרביונדונג צו דער וועלט פֿונעם פֿאַרמלחמדיקן ייִדישן טעאַטער, איז הײַיאָר באַערט געוואָרן דורכן פּוילישן פּרעזידענט פֿאַר זײַן צושטײַער צו דער פּוילישער קולטור.