פּרשת נשׂא, תּשע״ו

Weekly Torah Portion: Naso, 5776

Yehuda Blum

פֿון יואל מאַטוועיעוו

Published June 16, 2016, issue of June 25, 2016.

די הײַנטיקע פּרשה, די לעגנסטע אין דער תּורה, הייבט זיך ווידער אָן מיט חשבונות. עס ווערן געציילט די דערוואַקסענע לוויים פֿון 30 ביז 50 יאָר אַלט, לויט זייערע משפּחות.

דערנאָך ווערן דערמאָנט אַ ריי ספּעציפֿישע ענינים. הגם די תּורה רעקאָמענדירט נישט אָנצונעמען אַזאַ אַסקעטישע אויפֿפֿירונג, האָבן געוויסע ייִדן אָנגענומען אויף זיך דעם פּערזענלעכן נדר פֿון נזירות: נישט צו שערן די האָר, נישט צו טרינקען קיין ווײַן און אַ צאָל אַנדערע באַגרענעצונגען. ווײַטער ווערן דערמאָנט די קרבנות, וואָס די נשׂיאים פֿון די ייִדישע שבֿטים האָבן געבראַכט, ווען משה רבינו האָט אויפֿגעשטעלט דעם משכּן.

נישט געקוקט אויפֿן דער אומגעוויינטלעכער לענג פֿון דער פּרשה, ווערן אין איר דערמאָנט בלויז צוויי מיצוות, וואָס בלײַבן אַקטועל אינעם הײַנטצײַטיקן טאָגטעגלעכן ייִדישן לעבן: ווידוי און ברכּת־כּהנים. ווען מע טוט תּשובֿה פֿאַר אַן עבֿירה, דאַרף מען זיך מתוודה זײַן פֿאַרן רבונו־של־עולם און דערמאָנען שטילערהייט די זינד.

די צווייטע פּראַקטישע מיצווה, וואָס מיר האָבן מיט עטלעכע טעג צוריק מקיים געווען בעת דעם יום־טובֿדיקן מוסף, איז די ברכּת־כּהנים. בדרך־כּלל, איז די ייִדישע טראַדיציע אַ דעצענטראַליזירטע און „האָריזאָנטאַלע‟. אין פּרינציפּ, קאָן אַ ייִד זיך באַגיין אָן אַ רבֿ און אַפֿילו אָן אַ קהילה; אין דער חסידישער געשיכטע זענען באקאַנט נישט ווייניק פֿאַלן פֿון הייליקע יחידים, וואָס האָבן אַ גאַנץ לעבן געפּראַוועט התבודדות אַליין אין אַ וואַלד. דאָס דוכענען איז איינע פֿון די איינציקע מיצוות, וואָס פֿאָדערט אַ מנין מיט אַ כּהן.

ס׳איז מערקווירדיק, אַז די דאָזיקע צוויי מיצוות האָבן ביידע צו טאָן מיט אוניקאַלע אויסדרוקן, אָבער אויף פּונקט פֿאַרקערטע אופֿנים. הגם אונדזערע חכמים האָבן געשאַפֿן אַן אַלגעמיינעם נוסח פֿון „אָשמנו, בגדנו‟, בלײַבט דער ווידוי בעצם אַ פּערזענלעכער ענין. אַפֿילו פֿאַרן זעלבן מין חטא בעט יעדער דעם אייבערשטן מיט אייגענע ווערטער. להיפּוך, איז דאָס דוכענען זייער אַ „טעכנישע‟ מיצווה; בלויז געוויסע מענטשן, די כּהנים, קאָנען זי מקיים זײַן אין געוויסע מאָמענטן פֿונעם יאָר און אויף אַ ספּעציפֿיש־גענויעם שטייגער.

ווען מיר לייענען איבער די לאַנגע באַשרײַבונג פֿון די קרבנות, וואָס די נשׂיאים פֿון די שבֿטים האָבן געבראַכט, ווען משה רבינו האָט אויפֿגעשטעלט דעם משכּן, וואַרפֿט זיך אין די אויגן, אַז פּונקט די זעלבע פּסוקים ווערן איבערגעחזרט 12 מאָל. על־פּי שׂכל, וואָלט די תּורה געקאָנט איבערציילן די נעמען פֿון די נשׂיאים און צוגעבן, אַז יעדער פֿון זיי האָט געבראַכט די זעלביקע סכומים פֿון געוויסע מאַטעריאַלן. אין די קבלה־ספֿרים ווערט אָבער דערקלערט, אַז יעדער איבערגעחזרטער פֿראַגמענט האָט אַן אוניקאַלן כאַראַקטער, פֿאַרבונדן מיט דער ספּעציפֿישער עבֿודה פֿון די נשמות, וואָס האָבן אַ שײַכות צו אַ געוויסן שבֿט.

מע קאָן זאָגן, אַז דער דאָזיקער טייל פֿון אונדזער סדרה רעפּרעזענטירט אי די פּרטימדיקע פּינקטלעכקייט, אַזוי ווי אין דער ברכּת־כּהנים, אי די פּערזענלעכע נאַטור פֿון די קרבנות, אַזוי ווי ווידוי. הגם יעדער נשׂיא האָט געבראַכט פּונקט די זעלבע מאַטעריאַלן, האָט ער געהאַט אייגענע כּוונות, כּדי מתּקן צו זײַן די נשמות פֿון זײַן שבֿט. די זעלביקע עבֿודה קאָן זײַן פֿאָרט טיף פּערזענלעך. פֿאַרוואָס ווערט עס אָבער אויסגעדריקט אין דער תּורה אויף אַזאַ „נודנעם‟ אופֿן?

אין דער פֿאָריקער סדרה, „במדבר‟, ווערט דאָס חשיבֿות פֿונעם כּלל־ישׂראל דערקלערט דורך אַלגעמיינע קאָלעקטיווע חשבונות. דער אייבערשטער האָט געהייסן משה רבינו: „שׂאו את ראש כּל עדת בני־ישׂראל‟ — ווײַז דאָס חשיבֿות פֿון דער גאַנצער עדה דורכן איבערציילן יעדן קאָפּ. להיפּוך, פֿאָקוסירט זיך אונדזער פּרשה אויף ספּעציפֿישע גרופּעס און יחידים. „נשׂא את ראשׂ בני גרשון‟, הייסט דער אייבערשטער איבערצוציילן די מענער פֿון אַ געוויסער קאַטעגאָריע לוויים. אַזעלכע פּערזענלעכע ענינים, ווי דאָס ווידוי־זאָגן, נזירות און ברכּת־כּהנים, זענען אויך זייער ספּעציפֿישע. מע קאָן זאָגן, אַז די הײַנטיקע סדרה פֿאָקוסירט זיך אויפֿן חשיבֿות פֿונעם אוניקאַלן יחיד און באַזונדערע גרופּעס מענטשן: בעל־תּשובֿות, נזירים צי כּהנים.

עס באַקומט זיך אָבער, אַז הגם די הײַנטיקע פּרשה קאָנצענטרירט זיך אויף דער פֿאַרשיידנאַרטיקייט און באַזונדערקייט, ווערט דער דאָזיקער ענין אויסגעדריקט, אויף אַ פּאַראַדאָקסאַלן אופֿן, דווקא דורכן איבערחזרן אַ טוץ מאָל פּונקט די זעלבע מעשׂה וועגן יעדן נשׂיא.

אין דער אמתן, קאָנען מיר פֿון אַזאַ „נודנעם‟ סטיל אָפּלערנען גאָר אַ וויכטיקן לימוד. רבי יצחק קראַסנאָפּאָליער, דער מחבר פֿונעם ספֿר „סוד ברית יצחק‟, קריטיקירט גאַנץ שאַרף די, וואָס באַטראַכטן געוויסע מענטשן ווי „נישטיקע‟, און דערקלערט, אַז אין אַזאַ געדאַנקען־גאַנג שטעקט ממש כּפֿירה. דער אייבערשטער האָט דאָך באַשאַפֿן יעדן יחיד — צדיקים און בעלי־עבֿירות, ייִדן און אַנדערע פֿעלקער — צוליב אַן אוניקאַלן צוועק. אויב מע מיינט, אַז עמעצער איז אַ „נישטיקער‟ מענטש, לייקנט מען אָפּ די געטלעכע השגחה־פּרטית.

אויב מע טראַכט זיך אַרײַן, ווערט פֿאַקטיש דער זעלבער פֿאַרדאָרבענער געדאַנקען־גאַנג צומאָל אויסגעדריקט אויף אַנדערע, אַ ביסל מער באַהאַלטענע, אופֿנים. אַ טייל מענטשן מיינען, אַז הגם יעדע באַשעפֿעניש איז געשאַפֿן געוואָרן בהשגחה־פּרטית צוליב עפּעס אַ סיבה, שטייען אין דער וועלט אויבן־אָן די גרעסטע חכמים צי עשירים; „שיינע ייִדן‟, וואָס לערנען אין אַ ישיבֿה אָדער געהערן צו אַ געוויסער קהילה, געפֿינען זיך אויף אַ מער נידעריקן שטאַפּל פֿון דער היעראַרכיע. די פּשוטע בעלי־בתּים, שוין אָפּגערעדט פֿון די גויים, עקזיסטירן, לויטן דאָזיקן געדאַנקען־גאַנג, כּדי צו באַדינען די עליט.

די הײַנטיקע פּרשה ווײַזט אונדז אָן, פֿאַרוואָס אַזאַ לאָגיק איז פֿאַרדאָרבן. פּונקט אין די זעלבע ווערטער, וואָס קלינגען ווי אַ נודנע איבערגעחזרטע רוטין, ווערן אויסגעדריקט דאָס חשיבֿות פֿון באַזונדערע יחידים. אויב אומצאָליקע מענטשן פֿאַרנעמען זיך מיט דער זעלבער מלאָכה, מיינט עס נישט, אַז זייער ראָלע איז נישט אַזוי אוניקאַל און חשובֿ. די תּורה שטעלט אין דער זעלבער ריי די איבערגעחזרטע „נודנע‟ מעשׂה און די אוניקאַלקייט פֿון נזירים און כּהנים.

יעדער מענטש דאַרף פֿאַרשטיין, ווי עס באַטאָנען די חז״ל, אַז בלויז צוליב אים אָדער איר איז באַשאַפֿן געוואָרן די גאַנצע וועלט. דער גרויסער מקובל פּינחס־אליהו האָראָוויץ דערקלערט אין זײַן קלאַסישן „ספֿר־הברית‟, אַז די וועלט וועט דערגרייכן דאָס משיחישע שלימות דורכן אַלמענטשלעכן ברידערלעכן אַחדות. ער באַמערקט, אַז אין די קליידער, וואָס מיר טראָגן, אָדער אין די פּראָדוקטן, וואָס מיר עסן, שטעקט אַ קאָאָפּעראַציע פֿון אומצאָליקע מענטשן אַרום דער וועלט במשך פֿון דורות. יעדער „פּשוטער‟ יחיד, וואָס פֿירט אויס עפּעס אַ „נודנע‟ ראָלע, האָט אַן אייגענע אוניקאַלע „פּרשה‟ און איז ווערט אַ גאַנצע וועלט.