אַ ווערטערבוך פֿאַרן 21סטן יאָרהונדערט

A Dictionary For the 21st Century


פֿון לייזער בורקאָ

Published June 17, 2016, issue of June 25, 2016.

די ייִדיש־ליגע מיטן פֿאַרלאַג פֿון אינדיאַנער אוניווערסיטעט האָבן איצט אַרויסגעגעבן דאָס „אַרומנעמיקע ענגליש־ייִדישע ווערטערבוך‟ — אַ ריזיק ווערק פֿון איבער אַכט הונדערט זײַטן, וואָס שטעלט מיט זיך פֿאָר דעם „מאַגנום אָפּוס‟, דאָס מײַסטערווערק פֿון ד״ר מרדכי שעכטער ע”ה.

אַ גאַנץ לעבן האָט ד״ר שעכטער געזאַמלט ייִדישע ווערטער. ער האָט כּסדר געלייענט די ייִדישע ליטעראַטור און פּרעסע פֿון איבער דער גאַנצער וועלט — מיט אַ פּען אין דער האַנט, זוכנדיק נאָך ווערטער. אין די 1980ער יאָרן, ווען זײַן קאַרטאָטעק האָט שוין פֿאַרנומען היפּשע טיילן פֿון זײַן שטוב, האָט ער געשאַצט, אַז עס נעמט אַרײַן איבער 350,000 קאַרטלעך און צעטעלעך מיט העכער אַ מיליאָן ווערטער, אויסדרוקן און אַנדערע באַמערקונגען. די קאַרטאָטעק איז אַזוי זיך צעוואַקסן, אַז שעכטערס אייניקלעך האָבן געקענט זיך באַהאַלטן הינטער די קעסטלעך מיט קאַרטלעך, ווען זיי האָבן זיך געשפּילט אין באַהעלטערלעך (hide-and-seek).

זײַן וויזיע איז געווען מיט דער צײַט צונויפֿצוגיסן אַלע טערמינאָלאָגיעס, וואָס ער האָט אָנגעזאַמלט, כּדי צונויפֿצושטעלן אַ „ווערטערבוך פֿונעם 21סטן יאָרהונדערט‟, ווי אַ צוגאָב צו אוריאל ווײַנרײַכס ענגליש־ייִדיש ייִדיש־ענגלישן ווערטערבוך. ווײַנרײַכס ווערטערבוך איז שוין געוואָרן פֿאַרעלטערט: ס׳איז אַרויס אין 1968, מיט כּמעט פֿופֿציק יאָר צוריק, און פֿאַקטיש האָט ווײַנרײַך עס צונויפֿגעשטעלט נאָך אין זײַנע סטודענטישע יאָרן, אין די סוף־1940ער. ער האָט דערנאָך געדאַרפֿט וואַרטן כּמעט 20, ביז דער ייִוואָ האָט געפֿונען די פֿאָנדן, כּדי עס אַרויסצוגעבן.

כאָטש ווײַנרײַך האָט דעמאָלט צוגעגעבן אַ סך ווערטער צום מאַנוסקריפּט (מיט שעכטערס הילף), איז דאָס ווערק לכתּחילה געווען פֿאַרטראַכט ווי אַ ווערטערבוך פֿאַר סטודענטן, און דעריבער נעמט עס ניט אַרײַן אַזוי פֿיל ווערטער ווי אַלכּסנדר האַרקאַוויס ווערטערבוך פֿון 1928.

ד״ר שעכטער איז ניפֿטר געוואָרן אין 2007, ווען זײַן „ווערטערבוך פֿון 21סטן יאָרהונדערט‟ האָט נאָך געהאַלטן ווײַט, ווײַט פֿון פֿאַרענדיקט ווערן. אַזוי איז די גרויסע אַרבעט פֿון צונויפֿשטעלן און רעדאַקטירן געפֿאַלן, דער עיקר, אויף זײַן טאָכטער, גיטל שעכטער־ווישוואַנאַט — די שוועסטער פֿון אונדזער שעף־רעדאַקטאָרין, שׂרה־רחל שעכטער. כאָטש ד״ר שעכטער האָט באַוויזן צו מאַכן אַלע זײַנע קינדער און אייניקלעך פֿאַר ייִדישיסטן, איז דווקא גיטל געוואָרן זײַן רעכטע האַנט אין דער לעקסיקאָגראַפֿישער אַרבעט, נאָך פֿון קינדווײַז אָן. דעריבער האָט זי געוווּסט, ווי אַזוי אַרויסצוגעבן דעם ווערטערבוך אין זײַן גײַסט און לויט זײַנע לינגוויסטישע פּרינציפּן. אין דער גרויסער אַרבעט האָבן איר געהאָלפֿן, דער עיקר: דער צווייטער הויפּט־רעדאַקטאָר, ד״ר הערשל גלעזער — שעכטערס אַ לאַנג־יאָריקער תּלמיד (און אַ „פֿאָרווערטס‟־קאָרעספּאָנדענט); און די אַסאָציִיִרטע רעדאַקטאָרין, ד״ר חוה לאַפּין.

דער עיקר פֿון שעכטערס נײַעם ווערטערבוך איז זײַן כּמות: עס איז אָן אַ שיעור גרעסער ווי אַלע אַנדערע צוויי־שפּראַכיקע ייִדישע ווערטערביכער. ווײַנרײַכס בוך פֿאַרטײַטשט אַן ערך 20,000 ווערטער; ניבאָרסקי און ווײַסבראָטס ייִדיש־פֿראַנצייזיש ווערטערבוך (און די ענגלישע איבערזעצונג געמאַכט פֿון ביינפֿעלד און באָכנער) — אַן ערך 37,000. אָבער שעכטער נעמט אַרײַן 50,000 „איינסן‟ און נאָך 33,000 „סובאיינסן‟.

דאָס וואָרט „איינסן‟ מאַסקירט דעם אמתן פֿאַרנעם פֿונעם ווערק, ווײַל אונטער יעדן „איינס‟ האָבן די רעדאַקטאָרן אַרײַנגענומען ס’רובֿ סינאָנימען און פֿראַזעאָלאָגיע פֿון נחום סטוטשקאָווס „אוצר פֿון דער ייִדישער שפּראַך‟ און פֿון אַנדערע קוואַלן, אַזוי אַז פֿאַקטיש איז זייער ווערטערבוך כאָטש צוויי און אַ האַלב מאָל גרעסער ווי ניבאָרסקי און ווײַסבראָט.