אַ קאָנצערט פֿון טאַלאַנטירטע מענער

A Concert Filled With Talented Men

אַ טייל פֿון די זינגער אויפֿן קאָנצערט „ייִדיש־נשמה‟
VICTOR NECHAY
אַ טייל פֿון די זינגער אויפֿן קאָנצערט „ייִדיש־נשמה‟

פֿון דזשאָרדין קוציק

Published June 19, 2016, issue of June 25, 2016.

מיט אַ יאָר צוריק האָט דער ריזיקער פֿעסטיוואַל פֿון דער „פֿאָלקסבינע‟ — „קולטורפֿעסט‟ — אַרײַנגעבראַכט אַ נײַעם גײַסט אין דער וועלט פֿון ייִדישער קולטור אין ניו־יאָרק. דער אַמביציעזער פֿעסטיוואַל האָט פֿאָרגעשטעלט הונדערטער פּראָגראַמען במשך פֿון אַכט אָנגעפּאַקטע טעג, און צוגעצויגן צענדליקער טויזנטער צוקוקער.

צו יענער צײַט האָב איך געשריבן אין „פֿאָרווערטס‟ אַז דער קאָנצערט פֿון חסידישער מוזיק און חזנות — „ייִדישע נשמה‟ (Yiddish Soul), וואָס איז פֿאָרגעשטעלט געוואָרן ווי אַ טייל פֿון „סאָמער־סטיידזש‟, אַ בכּבֿודיקע קאָנצערט־סעריע אין „צענטראַל־פּאַרק‟, איז געווען אָן קיין שום ספֿק די סאַמע־וויכטיקסטע פּראָגראַם פֿונעם פֿעסטיוואַל. איך האָב געהאַלטן אַזוי, ניט בלויז ווײַל ס׳איז געווען איינע פֿון די געראָטנסטע פּראָגראַמען פֿונעם „קולטורפֿעסט‟, נאָר אויך צוליב דעם, וואָס ער האָט צוגעצויגן אַ פֿאַרשידנאַרטיקן עולם פֿון חסידים, סעקולערע ייִדן, און איבערהויפּט מאָדערן־אָרטאָדאָקסישע ייִדן, וואָס קומען זיך זעלטן צונויף, בפֿרט צו הערן לידער אויף ייִדיש. איך האָב דעמאָלט געשריבן, אַז דער ספּעקטאַקל קען האָבן אַ השפּעה אויפֿן ייִדישן ייִשובֿ אין ניו־יאָרק ווי אַ מיטל מקרבֿ צו זײַן יונגע מאָדערן־אָרטאָדאָקסישע ייִדן צו ייִדיש — אַ שפּראַך וואָס אַ סך פֿון זיי באַטראַכטן ווי אַלטמאָדיש און אומרעלעוואַנט.

דאָס מאָל איז דער קאָנצערט, וואָס ווערט שוין אַ יערלעכע טראַדיציע, געווען נאָך וויכטיקער פֿאַר דער „פֿאָלקסבינע‟. צוליב דעם וואָס דער הײַיאָריקער פֿעסטיוואַל באַשטייט פֿון אַ סך ווייניקער פּראָגראַמען ווי פֿאַראַיאָרן און דערצו האָט ער ניט קיין ריזיקן דערעפֿענונגס־קאָנצערט, איז „ייִדישע נשמה‟ (Yiddish Soul) געווען דער הויכפּונקט און הויפּט־צוצי פֿונעם איצטיקן „קולטורפֿעסט‟.

די פּראָגראַם, אויסערגעוויינטלעך אַראַנזשירט און דיריגירט דורך אַבֿהרמי גוראַרי, מיט דער מיטהילף פֿון זלמן מלאָטעק, איז געווען אַ וווּנדער־שיינער ספּעקטאַקל, וואָס האָט צונויפֿגעשמעלצט מוזיקאַלישע וועלטן. כאָטש דער קאָנצערט האָט געדויערט דרײַ שעה, האָבן די מוזיקאַלישע צונויפֿפּאָרונגען פֿון פֿאַרשידנענע זשאַנערן בכלל ניט געקלונגען איבערגעטריבן, און דער עולם, וואָס איז געבליבן ביזן סוף, האָט, אַ פּנים, ניט געפֿילט, אַז דער קאָנצערט „שלעפּט זיך‟.

איין גרויסער חידוש פֿון דער פּראָגראַם איז געווען „די מאַקאַביטס‟, אַן אַקאַפּעלאַ־אַנסאַמבל, געגרינדעט דורך סטודענטן פֿונעם „ישיבֿה־אוניווערסיטעט‟ אין 2010, וואָס שטעלט פֿאָר אַמעריקאַנער „פּאָפּ‟־לידער מיט נײַע ווערטער וועגן דער ייִדישער טראַדיציע. איך מוז פֿון פֿריִער מודה זײַן, אַז איך בין ניט קיין אָנהענגער פֿון די „מאַקאַביטס‟; אַזאַ צוגאַנג צו כּמו־ייִדישער מוזיק געפֿעלט מיר אין גאַנצן ניט. אין אַ ספּעקטאַקל פֿון אַזעלכע באַרימטע זינגער און חזנים ווי דער ליובאַוויטשער ראָק־זינגער בני פֿרידמאַן, דער היימישער פּאָפּ־שטערן ליפּאַ שמעלצער, די „היפּסטער‟־חסידישע קאַפּעליע „זושא‟ און די אויסגעצייכנטע חזנים יאַנקי לעמער, נתנאל הערשטיק און יוסף מאַלאָוואַני, האָט דער באַשלוס אַרײַנצונעמען די יונגע גראַדואַנטן פֿון „ישיבֿה־אוניווערסיטעט‟ מיר אויסגעזען ווי סתּם אַ מיטל צוצוציִען דעם יונגן עולם. פֿון דעסטוועגן, האָט די „מאַקאַביטס‟ דווקא זיך זייער גוט אַרײַנגעפּאַסט אינעם קאָנצערט, סײַ זינגענדיק טיילן פֿון זייער אייגענעם רעפּערטואַר אויף ייִדיש, סײַ באַגלייטנדיק די אַנדערע זינגער, בפֿרט בני פֿרידמאַן.



Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.