ווי איך האָב באַעוולט דעם טאַטן

How I Wronged My Father

Anya Ulinich

פֿון ניל גייבלער (Forward)

Published June 19, 2016, issue of June 25, 2016.

בײַ אַ סך פֿון אונדז — בפֿרט די וואָס האָבן שוין פֿאַרלוירן דעם טאַטן — איז דער יערלעכער פֿאָטערסטאָג, צום גרעסטן טייל, אַ צײַט פֿון באַדויער, וואָס מיר האָבן נישט גענוג אָפּגעשאַצט אונדזערע טאַטעס ווען זיי האָבן נאָך געלעבט. איך ווייס אַז איך בין נישט דער איינציקער ווײַל איך האָב שוין גערעדט מיט אַ סך מאַנסבילן, וואָס האָבן מודה געווען די זעלבע זאַך.

דער ייִדישער טאַטע האָט אייגנטלעך נישט דעם סטאַטוס פֿון דער ייִדישער מאַמע. לויטן סטערעאָטיפּ, איז די ייִדישע מאַמע גלײַך ווי אַ מוטער הון וואָס באַשיצט אירע הינדעלעך מיט וואַרעמקייט און ליבשאַפֿט, און מישט זיך תּמיד אַרײַן אין זייערע ענינים. קיין סטערעאָטיפּ וועגן דעם ייִדישן טאַטן איז אָבער נישטאָ. ווען דער Forward האָט מיט עטלעכע יאָר צוריק געבעטן די לייענער צו באַשרײַבן זייערע טאַטעס מיט נישט מער ווי זעקס ווערטער, זענען די ענטפֿערס געווען זייער פֿאַרשידנאַרטיק אַחוץ איין שטריך: אַ סך האָבן געזאָגט, אַז דער טאַטע פֿלעגט אַרומגיין אין שטוב טראָגנדיק בלויז די גאַטקעס.

אין פֿאַרגלײַך מיט די מאַמעס, וואָס האָבן תּמיד אויסגעזען צופֿרידן מיט זייער גורל, זענען די טאַטעס געווען מער קאָפּליצירט, אָנגעשטרענגט, שטאַרק אַמביציעז. לויט דער גמרא דאַרף דער טאַטע דינען ווי אַ לערער און וועגווײַזער פֿאַר זײַנע קינדער; ער דאַרף, למשל, פֿאַרזיכערן, אַז זײַן זון האָט אַ ברית, האָט חתונה און לערנט זיך אַ פֿאַך. בײַ מײַן דור האָט דער טאַטע אָבער נישט דורכגעפֿירט קיין איינע פֿון די ראָלעס; פֿאַרקערט, ער איז קוים געווען אין דער היים. מײַן טאַטע, אַ חשבון־פֿירער, האָט תּמיד פֿאַרלאָזט די שטוב פֿאַרטאָג און זיך נישט אומגעקערט ביז וועטשערע, און אָפֿט מאָל נאָך וועטשערע. אין די אָוונטן האָט ער ווײַטער געאַרבעט בײַ זײַן שרײַבטיש אין קעלער, ביז שפּעט אין דער נאַכט אַרײַן. (איך געדענק עד־היום דאָס ריטמישע קלאַפּן פֿון זײַן רעכן־מאַשין.)

אַפֿילו אין די סוף־וואָכן האָט ער געהאָרעוועט, ווײַל אַזוי האָבן געטאָן אַלע טאַטעס וואָס האָבן קינדווײַז איבערגעלעבט די אַמעריקאַנער דעפּרעסיע. איך קען ציילן אויף איין האַנט וויפֿל מאָל ער האָט אונדז גענומען צו אַ בייסבאָל־מאַטש אָדער אויף אַן עקסקורסיע.

געלט איז אים געווען זייער וויכטיק, ווי ס׳איז געווען פֿאַר אַ סך מענער פֿון זײַן דור; בפֿרט די ייִדישע מענער, וואָס דאָס פֿאַרדינען געלט האָט פֿאַרנומען דאָס אָרט פֿון לערנען תּורה ווי אַ סטאַטוס־מיטל. איך געדענק ווי מײַן טאַטע האָט זיך נישט איין מאָל געאַמפּערט מיט אַן אַלטן פֿרײַנד, וועלכער אויטאָ איז דער בעסערער: מײַן טאַטנס טײַערער „פּאָנטיאַק‟, צי זײַן חבֿרס „שעווראָליי‟. איך געדענק אויך ווי דער טאַטע האָט איין מאָל געמאָלדן (איך בין געווען נישט מער ווי צען יאָר אַלט און ווייניק פֿאַרשטאַנען וועגן פֿינאַנצן), וויפֿל געלט ער האָט אין יענעם יאָר פֿאַרדינט. איצט פֿאַרשטיי איך, אַז דאָס איז נישט געווען סתּם אַ באַרימערײַ, נאָר אַן אויסדרוק פֿון שטאָלץ, וואָס ער האָט מצליח געווען, נישט געקוקט אויף אַלע שטרויכלונגען: זײַן אָרעמקייט ווי אַ קינד, זײַן נישט האָבן שטודירט אין קאָלעדזש, און אויך זײַן פֿיזישער מום: ער איז געבוירן געוואָרן מיט אַ שווער געהער — אַ שטריך וואָס ער האָט געירשנט פֿון דער מאַמען.

אין פֿאַרגלײַך מיטן טאַטן בין איך געווען אַ קינד פֿון די אַנטי־מאַטעריאַליסטישע „זעכציקער יאָרן‟. כ׳בין זיכער, אַז מײַן הײַנטיקער גלײַכגילט צו געלט־ענינים איז אַ קלאָרע ווידערשטאַנד קעגן מײַן טאַטן. ווי אַ סך פֿון מײַן דור, איז מיר געווען דערווידער צו זען מײַן טאַטן פֿאַרשקלאַפֿט צו דער פּרנסה; דערפֿאַר האָבן מיר אַלע שטילערהייט געמאַכט אַ נדר, נישט צו דערלאָזן זיך אַליין פֿאַרשקלאַפֿט ווערן צו מאַטעריעלע זאַכן.

אין תּוך האָב איך זיך געשעמט מיטן טאַטן — נישט בלויז צוליב זײַן פֿאַרגעטערן דעם מאַטעריאַליזם, נאָר צוליב זײַן שטענדיקן, כּמעט נאַיִוון אָפּטימיזם. ער האָט קיין מאָל נישט געזאָגט קיין שלעכט וואָרט קעגן קיינעם (מײַן מאַמע, פֿון דער צווייטער זײַט, האָט אָפֿט באַרעדט אונדזערע באַקאַנטע.) אַלץ וואָס מע האָט אים געגעבן עסן האָט ער געגעסן מיט פֿאַרגעניגן. ווען די משפּחה איז געפֿאָרן אויף דער יערלעכער איין־וואָכיקער וואַקאַציע איבער די מיטל־מערבֿדיקע שטאַטן, פֿלעגט ער אויסזוכן אומבאַקאַנטע מוזייען און היסטאָרישע ערטער און געקוואָלן איבער זיי, בעת מײַן ברודער און איך האָבן בלויז געוואָלט אַהיימפֿאָרן.

איך האָב זיך אויך געשעמט מיט דעם וואָס ער פֿלעגט אויספֿרעגן אַלע מײַנע פֿרײַנד, נישט בלויז צוליב העפֿלעכקייט, נאָר ווײַל ער האָט זיך טאַקע פֿאַראינטערעסירט אין זיי. אַפֿילו דעם סאַרווער אין רעסטאָראַן פֿלעגט ער שטעלן פּערזענלעכע פֿראַגעס: „פֿון וואַנען זענט איר?‟ „וווּ זענט איר געגאַנגען אין שול?‟ „וואָס זענען אײַערע פּלענער פֿאַר דער צוקונפֿט?‟ מײַן ברודער און איך האָבן זיך געוואָלט ממש באַהאַלטן אונטערן טיש.

צוליב זײַן אייביקן אָפּטימיזם, האָט מײַן טאַטע אויך שטאַרק געגלייבט אין דעם אַז ער קען זיך תּמיד פֿאַרבעסערן. יאָרן לאַנג האָט ער גענומען אָוונטקורסן, ביז ער האָט, צו די זעכציקער, באַקומען זײַן קאָלעדזש־דיפּלאַם; כאָטש קיין אַטלעט איז ער נישט געווען, האָט ער גענומען גאָלף־לעקציעס; און כאָטש ער האָט געהאַט אַ קנאַפּע ייִדישע בילדונג, האָט ער אויף דער עלטער זיך ווידער גענומען לערנען העברעיִש. נישט קיין איינע פֿון די דערגרייכונגען זײַנע האָט אויף מיר דעמאָלט געמאַכט אַ רושם, כאָטש זיי זענען אַלע געווען געוואַלדיקע אויפֿטוען פֿאַר אַ מענטש, וואָס האָט דורכגעמאַכט אַזוי פֿיל שוועריקייטן אין לעבן.

ערשט מיט יאָרן שפּעטער האָב איך אײַנגעזען ווי אומיושרדיק איך בין געווען צום טאַטן. ער און אַ סך אַנדערע ייִדישע טאַטעס האָבן פּשוט געפּרוּווט טאָן דאָס בעסטע וואָס זיי האָבן געקענט לטובֿת זייער ווײַב און קינדער. ווען ער איז געשטאָרבן, איז אַפֿילו נישט געווען ווער עס זאָל מאַכן אַ הספּד פֿאַר אים ווײַל אַלע זײַנע פֿרײַנד זענען שוין געווען אויף יענער וועלט.

אַ יאָר נאָך זײַן פּטירה האָט די שיל, וווּ ער איז יאָרן לאַנג געווען אַקטיוו, מיך פֿאַרבעטן צו זאָגן אַ פּאָר ווערטער וועגן אים. ווען איך האָב געענדיקט, איז צוגעקומען צו מיר אַ פֿרוי, וואָס האָט געקענט ביידע מײַנע עלטערן, און מיר געזאָגט, פּראָסט־און־פּשוט: „מיר בענקען נאָך דײַן טאַטן. יעדער האָט אים ליב געהאַט. ער איז געווען אַ גוטע נשמה.‟

ער איז טאַקע געווען אַ גוטע נשמה, און איך אויך בענק נאָך אים.