אהרן אַפּעלפֿעלד: אַ ייִדישער שרײַבער אויף העברעיִש

Aharon Appelfeld: A Yiddish Writer in Hebrew

אהרן אַפּעלפֿעלד
אהרן אַפּעלפֿעלד

פֿון בני מער

Published June 21, 2016, issue of June 25, 2016.

רחובֿ אלחריזי אין ירושלים איז אַ מין גאַס־עדן. אין מיטן דער גרויסער טומלדיקער שטאָט באַהאַלט זיך אָט דאָס שטילע געסל. כּמעט קיין שום אויטאָ פֿאָרט נישט דאָ, מע הערט די פֿייגלעך און מע זעט די אַלטע ירושלימער הײַזער פֿון רחבֿיה.

אַמאָל פֿלעגן דאָ וווינען די אַלטע עליטן: פּראָפֿעסאָרן, מיניסטאָרן אאַז״וו. צײַטן בײַטן זיך, און הײַנט וווינען דאָ אויך אויפֿגעקומענע גבֿירים, אָבער פֿון דעסט וועגן בלײַבט דאָ אַ מין בעל־הבתּישע נחת. אלחריזי־גאַס, מיט די אַלע ביימער, בלומען, פֿלאַנצן און פֿייגלעך, זעט אויס כּמעט ווי אַ דאָרף, און אפֿשר נישט צופֿעליק וווינט דווקא דאָ דער שרײַבער אהרן אַפּעלפֿעלד. זײַן הויז, וואָס איז ממש באַדעקט מיט ביימער און פֿלאַנצן, האָט מיך דערמאָנט אויף אַ וויילע זײַן אַלטע היים אין דער בוקאָווינע, וווּ ער איז געבוירן געוואָרן אין יאָר 1932.

דאָס שטילע געסל אין מיטן דער רוישנדיקער שטאָט ירושלים איז פּאַסיק צום שרײַבער אויך פֿון אַנדערע קוקווינקלען: זײַן שטילקייט איז אַ יוצא־דופֿן בײַ אונדז, אין ישׂראל; ס׳איז שווער צו הערן זײַנע איידעלע רייד צווישן די פֿײַפֿן — אויך אין דער ליטעראַרישער סבֿיבֿה. און נאָך מער: ווען מע זעט דעם שרײַבער, זעט עס אויס, אַז זײַן שטילקייט דעקט צו אַ סך געשרייען, פּונקט ווי אָט דאָס געסל אין ירושלים. ווײַל נאָר זעלטן טרעפֿט מען אַזאַ שווערע קינדהייט.

אַפּעלפֿעלדס מאַמע איז דערשאָסן געוואָרן ווען ער איז געווען נאָר אַכט יאָר אַלט. דערנאָך איז ער, צוזאַמען מיט זײַן טאַטן, פֿאַרטריבן געוואָרן פֿון זײַן היים אין טשערנאָוויץ קיין טראַנסניסטריע, און באַלד נאָך דעם האָט מען אים צעשיידט פֿונעם טאַטן. ער, נאָר אַ קינד, האָט זיך געוואַלגערט אין די וועלדער מיט אוקראַיִנישע אונטערוועלטניקעס. קיין שום שפּור פֿון אָט די גרוילנדיקע איבערלעבונגען קאָן מען נישט זען אויף זײַן פּנים, און זייערע עכאָס דערהערט מען ניט אין זײַנע רייד. אַלץ איז איבערגעזעצט אויף זײַן שטייגער: שטיל, ריין און קלאָר. ווי עס זאָל נישט זײַן, איז רחובֿ אַלחריזי אַ פּאַסיק אָרט צו שרײַבן נאָך אַ בוך, אַ צוגאָב צו זײַנע פֿריִערדיקע 45 ביכער.

אין איינעם פֿון אײַערע ביכער, „סיפּור חיים‟ (כתר, 1999), שרײַבט איר, אַז נאָך אַ באַזוך בײַ די באָבע־זיידעס, ווי אַן אַכט־יאָריק קינד, האָט איר פֿאַרשטאַנען, אַז איר זײַט „אַ שטומער. איך וועל קיינמאָל נישט מסוגל זײַן ריידן מיט גאָט ווײַל איך קען נישט זײַן שפּראַך‟. וואָס איז יאָ געווען אײַערע שפּראַכן ווי אַ קינד?

ווען איך האָב באַזוכט דעם זיידן אין די קאַרפּאַטן־בערג, פֿלעג איך גיין צוזאַמען מיט אים אין שול. מיט זיי, די באָבע און דער זיידע, פֿלעג איך ריידן ייִדיש. אָבער מיט די עלטערן האָב איך גערעדט דײַטש. נאָר דײַטש. פֿאַר מיר, ווי אַ קינד, איז די צעטיילונג געווען קלאָר. נאָך מער: די עלטערן האָבן מיט מיר גערעדט אין אַ פּוריסטישן דײַטשישן נוסח, בכדי ייִדיש זאָל חלילה נישט קאַליע מאַכן מײַן דײַטש. אין זייערע אויגן, איז דײַטש געווען די מאָדערנע וועלט — קולטור, מוזיק, ליטעראַטור; און ייִדיש — די אַלע אַלט־פֿרענקישע זאַכן. זיי האָבן נישט געלייקנט זייער ייִדישקייט, אָבער זיי האָבן עס אין גאַנצן נישט קולטיווירט.

דאָס הייסט, איך האָב געהאַט וואָרצלען סײַ אין דײַטש און סײַ אין ייִדיש. אָבער אין די מלחמה־יאָרן האָב איך זיי אַלץ פֿאַרלוירן. איך בין געקומען קיין ישׂראל אין יאָר 1946, אַ קינד פֿון 13 יאָר, אָן קיין שום שפּראַך. איך האָב גערעדט אוקראַיִניש און רוסיש, אָבער צוזאַמען איז עס געווען גאָרנישט מיט אַ נישט. איך האָב געדאַרפֿט זיך לערנען העברעיִש, קיין סך ברירות האָב איך נישט געהאַט. דעמאָלט בין איך געווען אין דער פֿאַרם פֿון רחל ינאית בן צבֿי, דערנאָך געוווינט אין עטלעכע קיבוצים, און אַזוי האָב איך געקריגן אַ מינימאַלישן וואָקאַבולאַר אין עבֿרית.

ווען איך בין אַרײַן אין אַרמיי אין יאָר 1950, האָט דער באַאַמטער מיר קאָריגירט די גרײַזן, און ווען איך האָב זיך באַפֿרײַט, צוויי יאָר שפּעטער, בין איך נאָך אַלץ געווען צעמישט: נישט אַהין און נישט אַהער; נישט ייִדיש און נישט עבֿרית. צו ביסלעך האָב איך פֿאַרשטאַנען אַז אויב איך וויל ווערן אַ ייִדישער שרײַבער, דאַרף איך זיך לערנען ייִדיש פֿון דאָס נײַ, און אַזוי בין איך אַרײַן אין אוניווערסיטעט, אינעם ייִדישן אָפּטייל.

איז עס געווען אַ ווידערשטאַנד קעגן דער סאַברעקייט?

ס׳איז נישט געווען קיין ענין פֿון ווידערשטאַנד. איך האָב פֿאַרשטאַנען, אַז ס׳איז אַן אַנדערער גורל און אַן אַנדערער כאַראַקטער. די סאַברעקייט געהערט נישט צו מיר. אין בין נישט געווען אין פּלמ״ח אָדער אין אצ״ל. נישטאָ וואָס צו טאָן.

איך האָב יאָ געהאַט די זכיה, וואָס מײַן לערער איז געווען דער גרינדער פֿון די ייִדישע לימודים אינעם העברעיִשן אוניווערסיטעט, פּראָפֿ׳ דבֿ סדן (שטאָק). צום גליק, האָבן נישט קיין סך תּלמידים זיך געלערנט מיט אונדז צוזאַמען, און ס׳איז געווען כּמעט אַ פּריוואַטע לעקציע. דאָס רובֿ פֿון די לימודים האָבן מיר געמאַכט שפּאַצירנדיק. סדנס לימוד איז געווען אַן אַסאָציאַטיווער: ער האָט מיך באַקענט מיט פּרצן, מיט מענדעלען, מיט שלום־עליכמען.

אָבער איך האָב זיך געלערנט ייִדיש נישט נאָר אין אוניווערסיטעט. איך פֿלעג אויך גיין אַליין אין מאה שערים — הערן ייִדיש, און דערצו נעמען אָנטייל אין אַ שיעור — הלכה, חסידות, אָדער קויפֿן אַ ספֿר.

איר דערציילט און שרײַבט, אַז אײַערע עלטערן זײַנען געווען אַסימילירטע ייִדן. אפֿשר איז ייִדיש געווען פֿאַר אײַך אַ ווידערשטאַנד קעגן זייערע דערציִונג. דאָס הייסט, קומען צוריק צו אײַער זיידע־לשון?

מײַנע זיידעס זיינען טאַקע געווען חסידים, סאַדעגערער חסידים, אָבער איך האָב געוווינט מיט זיי נישט מער ווי אַכט יאָר. מײַן אינטערעס אין ייִדיש שטאַמט נישט נאָר צוליב ביאָגראַפֿישע סיבות. אַ חוץ דעם וואָס ייִדיש איז אַ שיינע שפּראַך, איז זי אויך אַ טייל פֿון דער גײַסטיקער שאַפֿונג פֿונעם ייִדישן פֿאָלק אין די לעצטע טויזנט יאָר. אויב מע וויל זײַן אין קאָנטאַקט מיט דער ייִדישער וועלט, מוז מען זיך באַקענען מיט ייִדיש. ס׳איז אַ מיטל זיך צו פֿאַרבינדן מיט די וועלטלעכע שטראָמען, ווי די בונדיסטן און די קאָמוניסטן, אָבער אויך מיט די דעמאָלטיקע חסידים, פֿאַרן חורבן. בכלל, איז ייִדיש געוואָרן פֿאַר מיר אַ סימבאָל פֿון ייִדישקייט, און איך האָב פֿאַרשטאַנען אַז אָן ייִדיש קאָן מען נישט ווערן אַ ייִדישער שרײַבער.

דאָס הייסט, איז ייִדיש געווען אַ מיטל צו קומען צוריק? אַ מין תּשובה טאָן?

נישט קומען צוריק צו ייִדישקייט, נאָר לערנען זיך ייִדישקייט. דעמאָלט, אין די פֿופֿציקער יאָרן, צוליב דבֿ סדן, בין איך אויך באַקאַנט געוואָרן מיט זײַנע חבֿרים, די פּראָפֿעסאָרן גרשם שלום און מאַרטין בובער. זיי זיינען געווען פֿאַרצויבערט פֿון די ייִדישע טעקסטן, נישט געקוקט אויף זייער מקור: קבלה אָדער שבתי צבֿי. ייִדיש האָט אויך געהערט צו די ייִדישע טעקסטן וואָס זיי האָבן געפֿינען חן אין זיי. אַמאָל האָט בובער מיר געזאָגט, אַז אַ חסיד שרײַט אין זײַן תּפֿילה „טאַטע זיסער‟, און אַזאַ מין צונאָמען האָט ער, בובער, קיינמאָל נישט געהערט. אין קיין שום קולטור רופֿט מען נישט גאָט „זיסער‟.

דעמאָלט האָט איר אָנגעהויבן שרײַבן אויף העברעיִש?

דעמאָלט האָט זיך אָנגעהויבן מײַן קריסטאַליזירונג ווי אַ ייִדישער שרײַבער אויף עבֿרית. איך בין נישט געוואָרן קיין תּל־אָבֿיבֿער שרײַבער, ווי נתן אלתרמן און אַבֿרהם שלאָנסקי, למשל, וואָס האָבן געשאַפֿן גאָר אַ וועלטלעכע קולטור. אין ירושלים איז עס געווען אַנדערש. דאָ האָבן אַסימילירטע ייִדן ווי בובער און שלום דווקא געוואָלט זיך דערנענטערן צו ייִדישיקייט. דאָס איז מיר געפֿעלן און האָט מיך באַצויבערט. זיי האָבן טאַקע געלייענט מײַנע ערשטע דערציילונגען אויף עבֿרית און האָבן מיך געמוטיקט.

איר האָט אויך פֿאַרבראַכט אין אַ ייִדישער סבֿיבֿה?

איך האָב געהאַט אַ גרויסן מזל זיך צו באַקענען, ווי אַ בחור פֿון 26 יאָר, מיטן שרײַבער לייב ראָכמאַן. צו אים פֿלעגן קומען ייִדישע שרײַבערס פֿון ישׂראל און אויך פֿון דער וועלט. דאָרטן האָב איך זיך באַקענט מיט סוצקעווערן, לייוויקן, אָפּאַטאָשו און אַנדערע ייִדישע שרײַבערס און פּאָעטן.

זיי האָבן אײַך נישט איבערגעצײַגט צו שרײַבן אויף ייִדיש?

זיי האָבן זיך געפֿרייט אַז איך אינטערעסיר זיך, אָבער זיי האָבן אויך פֿאַרשטאַנען אַז איך האָב נישט די פּאַסיקע כּלים. זיי, די דעמאָלטיקע ייִדישע שרײַבערס, האָבן געלערנט אין אַ חדר צי אין אַ ייִדישער שול אָדער אַ ישיבֿה. און איך קום נישט פֿון דעם ייִדישן אידיאָם. איך האָב געהערט ייִדיש אין מײַן קינדהייט אָבער ייִדיש איז נישט מײַן מאַמע־לשון. איך האָב זיך דאָך אויסגעלערנט די שפּראַך.

צי קען מען שרײַבן נישט אין אַ מוטער־שפּראַך?

מע קען, אָבער נאָר אויב איר האָט נישט קיין אַנדערע שפּראַך וואָס איר זענט אין איר אַן אויסגעוואָרצלטער.

איז פֿאַר וואָס עבֿרית און נישט ייִדיש?

אויב איך האָב יאָ אַ מאַמע־לשון, איז עס דײַטש. אָבער עבֿרית איז געוואָרן מײַן קולטורשפּראַך. איך האָב אַ סך זיך באַמיט בכּדי צו לערנען די שפּראַך, אַ סך געלייענט תּנ״ך, משנה, מדרש, פּאָעזיע, קבלה און חסידות. אָבער דעם אמת געזאָגט, דאָס לשון אַליין, די שפּראַך, איז נישט די הויפּטזאַך אין מײַן שאַפֿונג. פֿאַר מיר, איז דאָס לשון נאָר אַ מיטל אויסצודריקן געפֿילן, מחשבֿות און פֿאַנטאַזיעס. להיפּוך פֿון אַ סך העברעיִשע שרײַבערס, ווי עגנון, ס׳ יזהר אאַז״וו, זײַנען בײַ מיר נישטאָ קיין שום קאָמפּליצירטע פֿאָרמעס פֿון דער שפּראַך. איך שרײַב קלאָר און פּשוט.

קענט איר שרײַבן הײַנט אויף ייִדיש? איז עס מעגלעך בכלל?

די ציוניסטישע מדינה האָט געזינדיקט ווען זי האָט נישט אַדאָפּטירט ייִדיש נאָכן חורבן. מע האָט מורא געהאַט, אומזיסט, אַז ייִדיש וועט קומען צוריק ווי דאָס פֿאָלקס־לשון, אַנשטאָט עבֿרית. ייִדיש איז אַ פֿאַרבינדונג נישט נאָר מיט די קרבנות, נאָר אויך מיט די טויזנט יאָר ווען מען האָט גערעדט ייִדיש, געלערנט ייִדיש און ליב געהאַט די שפּראַך. דעמאָלט, באַלד נאָך דער מלחמה, איז עס געווען אפֿשר מעגלעך, אָבער הײַנט, צום באַדויערן, איז עס צו שפּעט.

כאָטש הײַנט זײַנען יאָ דאָ ייִדישע סבֿיבֿות?

בײַ די פֿריִערדיקע דורות איז ייִדיש געווען אַ לעבעדיקער אָרגאַן פֿון פֿאָלק. און די גרויסע שרײַבערס — לעיעלעס, גראַדע, גלאַטשטיין און אַנדערע — האָבן אַרײַנגעלייגט אַ סך מי, כּדי צו נעמען אַן אַלטע שפּראַך און פֿאַרוואַנדלען זי אין אַ מאָדערנער שפּראַך. הײַנט, ווי באַוווּסט, פֿעלן אונדז די נייטיקע באַדינגונען.

וואָס מיינט איר פֿון די הײַנטיקע ייִדישיסטן?

פֿאַרשטייט זיך, שאַץ איך יעדע מי בכּדי ייִדיש זאָל נישט פֿאַרלוירן ווערן. ווער האָט געמיינט מיט 150 יאָרן צוריק אַז עבֿרית וועט זײַן אַ גערעדט לשון? ווען איך בין געווען אַ קינד, האָב איך געזען דעם זיידן דאַווענען אויף לשון־קודש. האָב איך דעמאָלט געוווּסט אַז כאָטש איך קען ייִדיש, וועל איך לשון־קודש קיין מאָל נישט קענען. גיי זײַ אַ נבֿיא.



Would you like to receive updates about new stories?








You may also be interested in our English-language newsletters:















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.