אהרן אַפּעלפֿעלד: אַ ייִדישער שרײַבער אויף העברעיִש

Aharon Appelfeld: A Yiddish Writer in Hebrew

אהרן אַפּעלפֿעלד
אהרן אַפּעלפֿעלד

פֿון בני מער

Published June 21, 2016, issue of June 25, 2016.

רחובֿ אלחריזי אין ירושלים איז אַ מין גאַס־עדן. אין מיטן דער גרויסער טומלדיקער שטאָט באַהאַלט זיך אָט דאָס שטילע געסל. כּמעט קיין שום אויטאָ פֿאָרט נישט דאָ, מע הערט די פֿייגלעך און מע זעט די אַלטע ירושלימער הײַזער פֿון רחבֿיה.

אַמאָל פֿלעגן דאָ וווינען די אַלטע עליטן: פּראָפֿעסאָרן, מיניסטאָרן אאַז״וו. צײַטן בײַטן זיך, און הײַנט וווינען דאָ אויך אויפֿגעקומענע גבֿירים, אָבער פֿון דעסט וועגן בלײַבט דאָ אַ מין בעל־הבתּישע נחת. אלחריזי־גאַס, מיט די אַלע ביימער, בלומען, פֿלאַנצן און פֿייגלעך, זעט אויס כּמעט ווי אַ דאָרף, און אפֿשר נישט צופֿעליק וווינט דווקא דאָ דער שרײַבער אהרן אַפּעלפֿעלד. זײַן הויז, וואָס איז ממש באַדעקט מיט ביימער און פֿלאַנצן, האָט מיך דערמאָנט אויף אַ וויילע זײַן אַלטע היים אין דער בוקאָווינע, וווּ ער איז געבוירן געוואָרן אין יאָר 1932.

דאָס שטילע געסל אין מיטן דער רוישנדיקער שטאָט ירושלים איז פּאַסיק צום שרײַבער אויך פֿון אַנדערע קוקווינקלען: זײַן שטילקייט איז אַ יוצא־דופֿן בײַ אונדז, אין ישׂראל; ס׳איז שווער צו הערן זײַנע איידעלע רייד צווישן די פֿײַפֿן — אויך אין דער ליטעראַרישער סבֿיבֿה. און נאָך מער: ווען מע זעט דעם שרײַבער, זעט עס אויס, אַז זײַן שטילקייט דעקט צו אַ סך געשרייען, פּונקט ווי אָט דאָס געסל אין ירושלים. ווײַל נאָר זעלטן טרעפֿט מען אַזאַ שווערע קינדהייט.

אַפּעלפֿעלדס מאַמע איז דערשאָסן געוואָרן ווען ער איז געווען נאָר אַכט יאָר אַלט. דערנאָך איז ער, צוזאַמען מיט זײַן טאַטן, פֿאַרטריבן געוואָרן פֿון זײַן היים אין טשערנאָוויץ קיין טראַנסניסטריע, און באַלד נאָך דעם האָט מען אים צעשיידט פֿונעם טאַטן. ער, נאָר אַ קינד, האָט זיך געוואַלגערט אין די וועלדער מיט אוקראַיִנישע אונטערוועלטניקעס. קיין שום שפּור פֿון אָט די גרוילנדיקע איבערלעבונגען קאָן מען נישט זען אויף זײַן פּנים, און זייערע עכאָס דערהערט מען ניט אין זײַנע רייד. אַלץ איז איבערגעזעצט אויף זײַן שטייגער: שטיל, ריין און קלאָר. ווי עס זאָל נישט זײַן, איז רחובֿ אַלחריזי אַ פּאַסיק אָרט צו שרײַבן נאָך אַ בוך, אַ צוגאָב צו זײַנע פֿריִערדיקע 45 ביכער.

אין איינעם פֿון אײַערע ביכער, „סיפּור חיים‟ (כתר, 1999), שרײַבט איר, אַז נאָך אַ באַזוך בײַ די באָבע־זיידעס, ווי אַן אַכט־יאָריק קינד, האָט איר פֿאַרשטאַנען, אַז איר זײַט „אַ שטומער. איך וועל קיינמאָל נישט מסוגל זײַן ריידן מיט גאָט ווײַל איך קען נישט זײַן שפּראַך‟. וואָס איז יאָ געווען אײַערע שפּראַכן ווי אַ קינד?

ווען איך האָב באַזוכט דעם זיידן אין די קאַרפּאַטן־בערג, פֿלעג איך גיין צוזאַמען מיט אים אין שול. מיט זיי, די באָבע און דער זיידע, פֿלעג איך ריידן ייִדיש. אָבער מיט די עלטערן האָב איך גערעדט דײַטש. נאָר דײַטש. פֿאַר מיר, ווי אַ קינד, איז די צעטיילונג געווען קלאָר. נאָך מער: די עלטערן האָבן מיט מיר גערעדט אין אַ פּוריסטישן דײַטשישן נוסח, בכדי ייִדיש זאָל חלילה נישט קאַליע מאַכן מײַן דײַטש. אין זייערע אויגן, איז דײַטש געווען די מאָדערנע וועלט — קולטור, מוזיק, ליטעראַטור; און ייִדיש — די אַלע אַלט־פֿרענקישע זאַכן. זיי האָבן נישט געלייקנט זייער ייִדישקייט, אָבער זיי האָבן עס אין גאַנצן נישט קולטיווירט.

דאָס הייסט, איך האָב געהאַט וואָרצלען סײַ אין דײַטש און סײַ אין ייִדיש. אָבער אין די מלחמה־יאָרן האָב איך זיי אַלץ פֿאַרלוירן. איך בין געקומען קיין ישׂראל אין יאָר 1946, אַ קינד פֿון 13 יאָר, אָן קיין שום שפּראַך. איך האָב גערעדט אוקראַיִניש און רוסיש, אָבער צוזאַמען איז עס געווען גאָרנישט מיט אַ נישט. איך האָב געדאַרפֿט זיך לערנען העברעיִש, קיין סך ברירות האָב איך נישט געהאַט. דעמאָלט בין איך געווען אין דער פֿאַרם פֿון רחל ינאית בן צבֿי, דערנאָך געוווינט אין עטלעכע קיבוצים, און אַזוי האָב איך געקריגן אַ מינימאַלישן וואָקאַבולאַר אין עבֿרית.

ווען איך בין אַרײַן אין אַרמיי אין יאָר 1950, האָט דער באַאַמטער מיר קאָריגירט די גרײַזן, און ווען איך האָב זיך באַפֿרײַט, צוויי יאָר שפּעטער, בין איך נאָך אַלץ געווען צעמישט: נישט אַהין און נישט אַהער; נישט ייִדיש און נישט עבֿרית. צו ביסלעך האָב איך פֿאַרשטאַנען אַז אויב איך וויל ווערן אַ ייִדישער שרײַבער, דאַרף איך זיך לערנען ייִדיש פֿון דאָס נײַ, און אַזוי בין איך אַרײַן אין אוניווערסיטעט, אינעם ייִדישן אָפּטייל.