„אָפּגעטאָן אויף טערקיש‟ צי ערנסטע וויסנשאַפֿט?

Turkish Nonsense or Serious Science?

ד״ר ערן אלחייק דערקלערט זײַן מעטאָד פֿונעם פֿאַרבינדן גענעטיק מיט קאָנקרעטער געאָגראַפֿיע
ד״ר ערן אלחייק דערקלערט זײַן מעטאָד פֿונעם פֿאַרבינדן גענעטיק מיט קאָנקרעטער געאָגראַפֿיע

פֿון יואל מאַטוועיעוו

Published June 22, 2016, issue of June 25, 2016.

נישט לאַנג צוריק, האָט ד״ר ערן אלחייק (עלכאַיִק), אַ גענעטיקער פֿונעם שעפֿילד־אוניווערסיטעט אין ענגלאַנד, אַרויסגערופֿן אַ סענסאַציע און סקאַנדאַל אין דער וועלט מיט זײַן נײַעם פֿאָרש־אַרטיקל, לויטן וועלכן די ייִדיש־רעדנדיקע ייִדן שטאַמען פֿון אַ געוויסן שטח, וואָס געפֿינט זיך הײַנט אויף דער טעריטאָריע פֿון דער הײַנטיקער טערקײַ.

אלחייקס פֿאָרשונג, פֿאַרעפֿנטלעכט אין פֿעברואַר, רופֿט נאָך אַלץ אַרויס היפּוכדיקע רעאַקציעס.

איינער פֿון די שותּפֿותדיקע מחברים פֿונעם אַרטיקל איז ד״ר פּאָל וועקסלער, דער באַקאַנטער תּל־אָבֿיבֿער פּראָפֿעסאָר, וועלכער גלייבט, אַז ייִדיש שטאַמט לכתּחילה פֿון סלאַווישע שפּראַכן און שטעלט מיט זיך פֿאָר אַ „רעלעקסיפֿיצירט‟ לשון, וווּ די אַמאָליקע סלאַווישע עלעמענטן זענען במשך פֿון דער צײַט באַזײַטיקט געוואָרן מיט גערמאַנישע. לעצטנס, האָט וועקסלער באַשלאָסן, אַז אַחוץ די סלאַוון האָבן אין דער געשיכטע פֿון אונדזער שפּראַך געשפּילט אַ גרויסע ראָלע אויך אוראַלטע איראַנישע און טערקישע גרים.

אין דער ייִדישער פּרעסע האָט מען אויסגעלאַכט אלחייקס טעאָריע און געטענהט, אַז אַ טייל אַנטיסעמיטין לעקן שוין מיט איר די פֿינגער. דאָס איז אָבער אַ צווייפֿלהאַפֿטיקע טענה; די שאָוויניסטן טײַטשן כּלערליי טעאָריעס אויף אַ ראַסיסטישן אופֿן, און די השערות וועגן דעם מאָנאָליטישן תּנ״כישן אָפּשטאַם פֿון ייִדן רופֿט בײַ זיי אַרויס נאָך מער שׂינאה.

דער מחבר פֿון די שורות האָט געכאַפּט אַ שמועס מיט ד״ר אלחייק און זיך באַקענט מיט די יסודות פֿון זײַנע גענעטישע מעטאָדן. לויט מײַן מיינונג, איז זײַן טעאָריע בעצם אַ לעגיטימע, הגם אַ חידושדיקע און אויסטערלישע.

פֿאַר קיין ערנסטן היסטאָריקער איז דאָך נישט קיין סוד, אַז במשך פֿון דורות האָבן די ייִדישע עדות זיך ביסלעכווײַז אויסגעמישט מיט די אָרטיקע באַפֿעלקערונג־גרופּעס. ס׳איז אויך באַקאַנט, אַז אין די פֿריִערדיקע תּקופֿות זענען געשען אַ גאַנצע ריי פֿאַלן, ווען טויזנטער מענטשן האָבן זיך פּלוצעם מגייר געווען.

אלחייק איז מסכּים, אַז די אַשכּנזים שטאַמען אויף אַ ממשותדיקער מאָס פֿונעם מיטל־מיזרח. אינעם שמועס מיט מיר האָט ער אָבער באַטאָנט, אַז אויף „93 פּראָצענט‟ שטאַמען זיי פֿון צפֿון־מיזרחדיקער טערקײַ. הגם די גענעטישע וויסנשאַפֿט האַלט אין איין זיך אַנטוויקלען, דערמעגלעכט זי בלויז צו באַמערקן געוויסע בלוט־פֿאַרבינדונגען; פֿאַר פֿאַרלאָזלעכע סטאַטיסטישע חשבונות פֿון עמעצנס אָבֿות טויג זי נישט. פֿון דער צווייטער זײַט, זענען די היפּוכדיקע השערות וועגן דער אַשכּנזישער „ריינבלוטיקייט‟ פּונקט אַזוי צווייפֿלהאַפֿטיק.



Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.