„אָפּגעטאָן אויף טערקיש‟ צי ערנסטע וויסנשאַפֿט?

Turkish Nonsense or Serious Science?

ד״ר ערן אלחייק דערקלערט זײַן מעטאָד פֿונעם פֿאַרבינדן גענעטיק מיט קאָנקרעטער געאָגראַפֿיע
ד״ר ערן אלחייק דערקלערט זײַן מעטאָד פֿונעם פֿאַרבינדן גענעטיק מיט קאָנקרעטער געאָגראַפֿיע

פֿון יואל מאַטוועיעוו

Published June 22, 2016, issue of June 25, 2016.

נישט לאַנג צוריק, האָט ד״ר ערן אלחייק (עלכאַיִק), אַ גענעטיקער פֿונעם שעפֿילד־אוניווערסיטעט אין ענגלאַנד, אַרויסגערופֿן אַ סענסאַציע און סקאַנדאַל אין דער וועלט מיט זײַן נײַעם פֿאָרש־אַרטיקל, לויטן וועלכן די ייִדיש־רעדנדיקע ייִדן שטאַמען פֿון אַ געוויסן שטח, וואָס געפֿינט זיך הײַנט אויף דער טעריטאָריע פֿון דער הײַנטיקער טערקײַ.

אלחייקס פֿאָרשונג, פֿאַרעפֿנטלעכט אין פֿעברואַר, רופֿט נאָך אַלץ אַרויס היפּוכדיקע רעאַקציעס.

איינער פֿון די שותּפֿותדיקע מחברים פֿונעם אַרטיקל איז ד״ר פּאָל וועקסלער, דער באַקאַנטער תּל־אָבֿיבֿער פּראָפֿעסאָר, וועלכער גלייבט, אַז ייִדיש שטאַמט לכתּחילה פֿון סלאַווישע שפּראַכן און שטעלט מיט זיך פֿאָר אַ „רעלעקסיפֿיצירט‟ לשון, וווּ די אַמאָליקע סלאַווישע עלעמענטן זענען במשך פֿון דער צײַט באַזײַטיקט געוואָרן מיט גערמאַנישע. לעצטנס, האָט וועקסלער באַשלאָסן, אַז אַחוץ די סלאַוון האָבן אין דער געשיכטע פֿון אונדזער שפּראַך געשפּילט אַ גרויסע ראָלע אויך אוראַלטע איראַנישע און טערקישע גרים.

אין דער ייִדישער פּרעסע האָט מען אויסגעלאַכט אלחייקס טעאָריע און געטענהט, אַז אַ טייל אַנטיסעמיטין לעקן שוין מיט איר די פֿינגער. דאָס איז אָבער אַ צווייפֿלהאַפֿטיקע טענה; די שאָוויניסטן טײַטשן כּלערליי טעאָריעס אויף אַ ראַסיסטישן אופֿן, און די השערות וועגן דעם מאָנאָליטישן תּנ״כישן אָפּשטאַם פֿון ייִדן רופֿט בײַ זיי אַרויס נאָך מער שׂינאה.

דער מחבר פֿון די שורות האָט געכאַפּט אַ שמועס מיט ד״ר אלחייק און זיך באַקענט מיט די יסודות פֿון זײַנע גענעטישע מעטאָדן. לויט מײַן מיינונג, איז זײַן טעאָריע בעצם אַ לעגיטימע, הגם אַ חידושדיקע און אויסטערלישע.

פֿאַר קיין ערנסטן היסטאָריקער איז דאָך נישט קיין סוד, אַז במשך פֿון דורות האָבן די ייִדישע עדות זיך ביסלעכווײַז אויסגעמישט מיט די אָרטיקע באַפֿעלקערונג־גרופּעס. ס׳איז אויך באַקאַנט, אַז אין די פֿריִערדיקע תּקופֿות זענען געשען אַ גאַנצע ריי פֿאַלן, ווען טויזנטער מענטשן האָבן זיך פּלוצעם מגייר געווען.

אלחייק איז מסכּים, אַז די אַשכּנזים שטאַמען אויף אַ ממשותדיקער מאָס פֿונעם מיטל־מיזרח. אינעם שמועס מיט מיר האָט ער אָבער באַטאָנט, אַז אויף „93 פּראָצענט‟ שטאַמען זיי פֿון צפֿון־מיזרחדיקער טערקײַ. הגם די גענעטישע וויסנשאַפֿט האַלט אין איין זיך אַנטוויקלען, דערמעגלעכט זי בלויז צו באַמערקן געוויסע בלוט־פֿאַרבינדונגען; פֿאַר פֿאַרלאָזלעכע סטאַטיסטישע חשבונות פֿון עמעצנס אָבֿות טויג זי נישט. פֿון דער צווייטער זײַט, זענען די היפּוכדיקע השערות וועגן דער אַשכּנזישער „ריינבלוטיקייט‟ פּונקט אַזוי צווייפֿלהאַפֿטיק.

וואָס שײך די לינגוויסטישע השערות, רופֿט אלחייקס אַרטיקל טאַקע אַרויס אַ געלעכטער. כּלומרשט, האָט אַ גרופּע ייִדישע סוחרים אַרײַנגעוואַנדערט אויפֿן „זײַדענעם וועג‟ און געבראַכט קיין אייראָפּע זייער ספּעציפֿישן זשאַרגאָן, וועלכער האָט משפּיע געווען אויף „250 ווערטער אין ייִדיש‟, וואָס האָבן צו טאָן מיט געשעפֿטן. אין דעם איז אָבער שולדיק זײַן עקסצענטרישער שותּף וועקסלער.

ס׳איז קלאָר, אַז צו אַנטיסעמיטיזם האָט די נײַע טעאָריע אַבסאָלוט נישט קיין שײַכות. אַדרבה, אלחייק באַציט זיך בכּבֿודיק צו דער לאַנגער און פֿאַרכאַפּנדיקער געשיכטע פֿון דער ייִדישער שפּראַך און האָפֿט, אַז זײַנע אַנטדעקונגען וועלן ווײַזן די איראַנער, אַז די מיזרח־אייראָפּעיִשע ייִדן זענען זייערע ברידער.

אינעם יאָר 2014, האָט דער גענעטיקער געשאַפֿן, בשותּפֿות מיט זײַן קאָלעגע טאַטיאַנאַ טאַטאַרינאָוואַ, אַ ספּעציעלע קאָמפּיוטער־פּראָגראַם, וואָס דערמעגלעכט אין אַ סך פֿאַלן אָנצוּווײַזן גאַנץ פּינקטלעך אויף דער מאַפּע דעם ראַיאָן, פֿון וואַנען עס שטאַמען די אורוואָרצלען פֿון אַ מענטש, לויט זײַן גענעטישער אינפֿאָרמאַציע. די פּראָגראַם פֿאַרלאָזט זיך אויף סטאַטיסטישע פֿאָרשונגען פֿון פֿאַרשיידענע באַפֿעלקערונג־גרופּעס אַרום דער וועלט.

אַ סך קליענטן, וועלכע האָבן זיך פֿאַרבונדן מיט אלחייקס לאַבאָראַטאָריע, גיבן איבער, אַז די רעזולטאַטן זענען טאַקע גענוי. אַ טייל אַנדערע טענהן אָבער, אַז די פּראָגראַם האָט זיך געוויזן אַן אָרט אינמיטן דעם ים, וווּ קיין מענטשלעכער ייִשובֿ איז בכלל נישט בנימצא, אָדער אָפּגעשיקט אויף אַן אַנדער עק וועלט, וווּ קיינער פֿון זייערע אָבֿות איז קיינמאָל נישט געווען. אלחייק אַליין איז מסכּים, אַז פֿאַר אַ פֿאָלק, וואָס האָט זיך במשך פֿון דורות געמישט מיט פֿאַרשיידענע פֿעלקער, טויג זײַן מעטאָד נישט. אַזוי צי אַזוי, איז עס אַן עקספּערימענטאַלער צוגאַנג צו גענעטיק, וואָס נייטיקט זיך אין ווײַטערדיקע פֿאַרבעסערונגען.

צום ערשטן מאָל אין דער געשיכטע פֿון גענעטיק, האָט דער פֿאָרשער זיך פֿאָקוסירט ספּעציפֿיש אויף ייִדיש־רעדער, ווי די סאַמע אויטענטישע פֿאָרשטייער פֿון דער אַשכּנזישער עדה. ווי באַלד ער גלייבט נישט אין דער טעאָריע וועגן דעם ריין־תּנ״כישן אָפּשטאַם פֿון די הײַנטיקע ייִדן, האָט ער געטראַכט, אַז דער קאָמפּיוטער־אַנאַליז וועט אָנווײַזן אויף אייראָפּע אָדער כאַזאַריע. צו זײַן חידוש, האָט די פּראָגראַם באַשלאָסן, אַז צום מערסטן זענען די אַשכּנזים גענעטיש פֿאַרבונדן צו אַ געוויסן ראַיאָן אין מיזרח־טערקײַ, נישט ווײַט פֿון גרוזיע, בײַם ברעג פֿונעם שוואַרצן ים און לעבן דעם היסטאָרישן „זײַדענעם וועג‟. אינעם דאָזיקן ראַיאָן געפֿינען זיך אַ צאָל אוניקאַלע טאָפּאָנימען, וואָס קלינגען ווי דאָס וואָרט „אַשכּנז‟: איסקענאַז, עסקענאַז, אַשאַנאַז און אַשקוז. אינעם פֿאָרש־אַרטיקל ווערט באַטאָנט, אַז דער דאָזיקער ראַיאָן איז היסטאָריש פֿאַרבונדן מיט די פּערסן און אַנדערע ענלעכע פֿעלקער, און נישט מיט די טערקן.

אין דער תּנ״כישער תּקופֿה האָט דאָס וואָרט „אַשכּנז‟, ווי עס גלייבן די לינגוויסטן, באַצייכנט די סקיטן — דאָס באַרימטע אוראַלטע איראַנישע פֿאָלק. אַ טייל פֿאָרשער גלייבן, אַז דער אַלטער נאָמען פֿון די אָסעטיניער, „אַס‟ אָדער „אַש‟, שטאַמט פֿונעם זעלבן שורש.

אין דער קאַיִרער גניזה האָט דער באַקאַנטער פֿאָרשער שניאור־זלמן (סאָלאָמאָן) שעכטער אַנטדעקט אַ כאַזאַרישן דאָקומענט, אָנגעשריבן מיט איבער 1,000 יאָר צוריק, וווּ עס ווערט דערקלערט, אַז די כּוזרישע גרים האָבן זיך אויסגעמישט מיט די פּערסישע ייִדן און נאָכגעפֿאָלגט דעם מוסטער פֿון די אַלאַנען, די אָבֿות פֿון די אָסעטינער, וועלכע האָבן זיך נאָך פֿריִער מגייר געווען. אויך בנימין פֿון טודעלע דערמאָנט אין זײַנע נסיעות, אַז אין אַלאַניע איז געווען אַ גרויסע ייִדישע קהילה.

אינעם ערשטן יאָרהונדערט, האָט די איראַניש־שטאַמיקע קיניגין העלענאַ, באַקאַנט אין דער ייִדישער טראַדיציע ווי הלני המלכּה, זיך מגייר געווען און פֿאַרשפּרייט ייִדישקייט אין איר לאַנד אַדיאַבענע, אויפֿן צפֿון פֿונעם הײַנטיקן איראַק. אין דער זעלבער צײַט, האָט דער קריסטלעכער אַפּאָסטאָל פּאַול געטענהט אין זײַנע בריוו, אַז אין גאַלאַטיע, הײַנט צפֿון־טערקײַ, האָבן די פֿריִיִקע מיסיאָנערן פֿאַרייִדישט די אָרטיקע תּושבֿים אַנשטאָט צו פּרעדיקן זײַן נײַע רעליגיע. אויב מע נעמט די דאָזיקע דרײַ ראַיאָנען אין באַטראַכט, צוזאַמען מיט דער באַרימטער כאַזאַריע, באַקומט זיך אינעם צענטער טאַקע די געגנט פֿון אלחייקס אַנאַליז.

ד״ר דוד כּ״ץ ווײַזט מיט שטאַרקע ראיות, אַז די אַמאָליקע שאַפֿער פֿון ייִדיש האָבן גערעדט אויף אַ פּערסיש־שטאַמיקן אַראַמישן דיאַלעקט. אַן אַנדער פֿאָרשער, דן שאַפּיראַ, האָט דעמאָנסטרירט, אַז די ייִדישע גראַמאַטיק האָט אַ כּמו־פּערסישן מיזרחדיקן טעם. נאָך איין אַנאָמאַליע איז די אַשכּנזישע הבֿרה פֿון לשון־קודש; צופֿעליק צי נישט, רעדט מען אַרויס די סעמיטישע ווערטער אויף אַן ענלעכן אופֿן דווקא אין איראַן.

אלחייק פֿאַרטיידיקט זײַן שיטה מיט אַן אַמביציעזן טאָן און באַשולדיקט זײַנע אָפּאָנענטן אין ליגנערײַ. פֿון זייער צד, וואַרפֿן די קעגנער אויף אים פּעך און שוועבל. הגם זײַנע סטאַטיסטישע חשבונות זענען צווייפֿלהאַפֿטיק, לייגט זיך אויפֿן שׂכל, אַז אין דער פֿריִיִקער אַשכּנזישער געשיכטע האָבן די איראַנישע גרים טאַקע געשפּילט אַ מערקווירדיקע ראָלע, וואָס מע דאַרף אָבער נישט איבערטרײַבן. אַנשטאָט צו קריגן זיך אַרום די פּראָצענטן פֿונעם ייִדישן בלוט, איז כּדאַי זיך צו פֿאַרטראַכטן, אַז דאָס פֿולע היסטאָרישע בילד קאָן זײַן פּונקט אַזוי חידושדיק און קאָמפּליצירט, ווי אונדזער גײַסטיקע טראַדיציע.