„אָט אַזוי‟ ייִדיש־פּראָגראַם אין לאָנדאָן

Ot Azoy Yiddish Program in London

דזשאַש וואַלעצקי פֿירט אָן מיט אַ וואַרשטאַט פֿאַר זינגער אויפֿן  „אָט־אַזוי‟־פֿעסטיוואַל, 2015
Steve Kessell
דזשאַש וואַלעצקי פֿירט אָן מיט אַ וואַרשטאַט פֿאַר זינגער אויפֿן „אָט־אַזוי‟־פֿעסטיוואַל, 2015

פֿון „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published June 23, 2016, issue of June 25, 2016.

דער אינטענסיווער ייִדיש־קורס „אָט אַזוי‟, וואָס ווערט אָרגאַניזירט דורכן „ייִדישן מוזיק־אינסטיטוט‟ אין לאָנדאָן, ענגלאַנד, וועט הײַיאָר אַרײַננעמען קלאַסן פֿון ייִדישער שפּראַך אויף פֿינף ניוואָען.

די פּראָגראַם, אָנגעפֿירט פֿון ד׳׳ר חיהלע ביר (יוניווערסיטי־קאָלעדזש, לאָנדאָן), וועט אַרײַננעמען שפּראַך־קלאַסן, ווי אויך קולטורעלע פּראָגראַמען געווידמעט מוזיק, טעאַטער, פּאָעזיע, און אאַז׳׳וו. אַחוץ ד׳׳ר חיהלה ביר וועלן ד׳׳ר יורי וועדעניאַפּין (האַרוואַרד־אוניווערסיטעט), ד׳׳ר לילי כּהן (יוניווערסיטי־קאָלעדזש, לאָנדאָן), סאָניע פּינקוסאָוויטש־דראַטווע (פֿרײַער אוניווערסיטעט פֿון בריסל), און דער היסטאָריקער און איבערזעצער ד׳׳ר באַרי דייוויס לערנען קלאַסן.

אַחוץ דער שפּראַך־פּראָגראַם „אָט אַזוי‟, שטעלט דער „ייִדישער מוזיק־אינסטיטוט‟ גלײַכצײַטיק פֿאָר אַ „שול פֿאַרן ייִדישן געזאַנג‟ מיטן נאָמען „די גאָלדענע פּאַווע‟ פֿאַר די, וועלכע ווילן זיך אויסלערנען ווי אַזוי צו זינגען אויף ייִדיש. די פּראָגראַם, אָנגעפֿירט דורך דער האָלענדישער זינגערין שורה ליפּאָווסקי, נעמט אַרײַן קלאַסן וועגן דעם ייִדישן רעפּערטואַר, די וואָרצלען און טראַדיציעס פֿונעם ייִדישן ליד, וואַרשטאַטן פֿאַר פֿאָרגעשריטענע זינגער און אַ ייִדישן כאָר. עס וועלן אויך לערנען קלאַסן די זינגער לאָרין סקלאַמבערג (די „קלעזמאַטיקס‟), קאַרסטען טרויקע, רייטשל וועסטאָן און דער קאָמפּאָזיטאָר און כאָר־דיריגענט דזשאָסעף פֿינליי.

„אָט אַזוי‟, באַנאַנד מיט דער „גאָלדענער פּאַווע‟ וועלן פֿאָרקומען פֿון זונטיק, דעם 7טן אויגוסט ביז פֿרײַטיק, דעם 12טן אויגוסט. נאָך מער אינפֿאָרמאַציע: https://www.jmi.org.uk/event/ot-azoy-2016.

„דער ייִדישער מוזיק־אינסטיטוט‟ (JMI), וואָס איז אַ טייל פֿון דער „שול פֿאַר אָריענטאַלישע און אַפֿריקאַנער שטודיעס‟ בײַם „לאָנדאָנער אוניווערסיטעט‟, פֿירט אָן מיט אַ ריי פּראָגראַמען במשך פֿונעם יאָר לטובֿת דער ייִדישער מוזיק. צווישן אַנדערע פּראָיעקטן האָט דער JMI געגרינדעט די ערשטע קאַטעדרע פֿון ייִדישער מוזיק אין אַ ניט־ייִדישן אוניווערסיטעט. דער הײַנטיקער לעקטאָרין פֿון ייִדישער מוזיק אויפֿן נאָמען פֿון דזשאָ לאָס איז ד׳׳ר אילנה וועבסטער־קאָגען.