דער פּסיכיאַטער מאַכט מיר משוגע

That Psychiatrist Is Driving Me Crazy

Yehuda Blum

פֿון חנה־פֿײַגל טערטלטויב

Published June 24, 2016, issue of June 25, 2016.

אין מײַן פֿריִערדיקן אַרטיקל האָב איך אײַך דערציילט וואָס ס׳האָט פּאַסירט אויף מײַן ערשטער ראַנדקע זינט מײַן ווערן אַן אַלמנה.

נאָך אַ וואָך צוויי האָב איך שוין אַנדערש געטראַכט: וואָס נעם איך זיך אַזוי איבער? איז דער ערשטער שידוך מיר נישט געווען צום האַרצן. איז וואָס? ס׳איז נישט קיין טויטשטראָף. ער איז נאָר געווען דער ערשטער, און אַלע ווייסן, אַז יעדער אָנהייב איז שווער. און מסתּמא בין איך אַליין אין דעם געווען שולדיק, ווײַל איך בין געווען צו ענטוזיאַסטיש און ניט גענוג איבערקלײַבעריש. דאָס הייסט, כ’האָב נישט געדאַרפֿט אַזוי ברייט אויסשפּרייטן די נעץ. כאָטש אַזוי עצה איך מײַנע קליענטן קען זײַן, אַז איך וואָלט געדאַרפֿט בעסער צולייגן קאָפּ צו דער פּראָבלעם און נישט בעטן אַבי וועמען מע זאָל מיר געפֿונען אַ מאַן. ס’קען זײַן, אַז איך דאַרף האָבן אַ ספּעציאַליסט, עמעצער וואָס האָט שוין אַ סך פּראַקטיק אין דעם; דאָס הייסט אַ צווייטער שדכן אָדער שדכנטע! (דעם אמת געזאָגט, וואָלט מיר מער געפֿעלן אַ שדכנטע). ווי קען דאָס זײַן, אַז איך האָב דאָס נישט באַלד געטאָן? אָבער וועמען זאָל איך פֿאַרטרויען מיט דער שליחות?

האָט ג־ט געהאָלפֿן און איך האָב זיך אויף אַ חתונה לעצטנס באַקענט מיט מלכּה שנײַדערמאַנען, אַ פֿײַנע פֿרוי פֿון באָלטימאָר. זי איז דאָ געווען אויף אַ וויזיט בײַ אירע קינדער און מיר זײַנען געזעסן איינע לעבן דער אַנדערער. ווי עס מאַכט זיך האָבן מיר אָנגעהויבן אַ ביסל צו רעדן, און מער ווי אַ ביסל נאָך דעם וואָס מיר האָבן פֿאַרזוכט אַ קאָפּיקע ווײַן. די פֿלאַש איז דאָך געשטאַנען אַן אָפֿענע אויפֿן טיש; איז אַוודאי נישט העפֿלעך אויף אַזאַ געלעגנהייט נישט צו פֿאַרזוכן אַ ביסל ווײַן, ספּעציעל נאָך אַזוי פֿיל ווינטשעוואַניעס און לחיימס.

האָבן מיר, ווי מע זאָגט, זיך פֿאַרטשעפּעט בײַ דער צונג. איר מאַן, זאָגט זי מיר, געפֿעלט נישט צו זיצן אויף דער אַנדערער זײַט מחיצה מיט די מענער, אַפֿילו נאָך אַזוי פֿיל יאָרן. אָבער בײַ פֿרומע פֿירט זיך נישט אַנדערש. און מײַן מאַן געפֿעלט עס יאָ? פֿרעגט זי מיר. האָב איך איר געזאָגט, אַז איך בין שוין זעקס יאָר אַן אַלמנה.

„איז דאָך השגחה פּרטית וואָס מיר זיצן צוזאַמען,‟ זאָגט זי. „איך געדענק שוין נישט וויפֿל שידוכים איך האָב געמאַכט, מסתּמא אין די הונדערטער. דערציילט מיר אַ ביסל מער וועגן זיך. איך קען אַ סך, אַ סך מענטשן. אויף מײַן ערנוואָרט, איך וועל אײַך שוין געפֿינען דעם ריכטיקן. און עס וועט אַפֿילו נישט זײַן שווער! מע קען זען אויפֿן בליק, אַז מיט אײַך דאַרף מען זיך גאָרנישט שעמען. אַז מע האָט סחורה, פֿאַרקויפֿט זי זיך אַליין!“

זי האָט מיר געמאַכט אַ סך קאָמפּלימענטן און איך האָב דערפֿילט עפּעס אַ קיצל אין בויך, ווי דאָס קליינע, דעליקאַטע פֿלאַטערל פֿון האָפֿענונג דערוועקט זיך אין מיר. אפֿשר? אפֿשר?

מיט אַ מאָל גיט זי, די מלכּה, זיך אַ וואָרף. איר רוקן ווערט שטײַף, די אויגן קוקן ווי דורך מיר ערגעץ אין דער ווײַטנס און זי זאָגט פּאַמעלעך אַרויס איין וואָרט: „יוסף!“ דערנאָך צילן אירע אויגן צוריק אויף מיר און זי ווישט זיך דעם שטערן מיט אַ סערוויעטקע פֿון טיש. “יאָ, אַזוי איז עס אַ מאָל בײַ מיר. איך זע אים קלאָר פֿאַר די אויגן“.

”וועמען זעט איר?“

”אײַער צווייטן מאַן! גוט, גיט מיר אײַער טעלעפֿאָן. ער וועט מאָרגן אין אָוונט אָנקלינגען“.

”אָבער איך ווייס גאָרנישט וועגן אים. ווי זעט ער אויס? שיקט מיר עלעקטראָניש אַ בילד פֿון אים! איז ער אַ הויכער, אַ שיינער?“

זי קוקט מיר אָן ווי משוגע. ”רבונו־של־עולם, בילדער וויל זי! אַלע ווילן בילדער. איר מאַכט אויך שידוכים, ווייסט איר אַליין, אַז אַ בילד איז שקר. פֿאַלש ווי די נאַכט. מע פּוצט זיך אויס, מע שטייט אונטער גרויסע ליכט, מע דרייט זיך אַהין און אַהער, דער פֿאָטאָגראַף נעמט אָפּ צענדליקער בילדער און דער מענטש קלײַבט אויס אַזאַ בילד, אַז די אייגענע מאַמע וואָלט אים נישט דערקענט! דער יוסף איז קלוג ווי די וועלט. שוין געראַטעוועט אַ סך מענטשן. ער איז אַ פּסיכיאַטער“.



Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.