דער „בונד‟ אין שוועדן: אַ פֿאַרגעסענע געשיכטע

The Bund in Sweden: A Forgotten History

אַ גרופּע ייִדישע פּליטים אַריבערגעבראַכט קיין שוועדן דורכן ייִדישן אַרבעטער־קאָמיטעט, 1947
YIVO Archives
אַ גרופּע ייִדישע פּליטים אַריבערגעבראַכט קיין שוועדן דורכן ייִדישן אַרבעטער־קאָמיטעט, 1947

פֿון „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published June 24, 2016, issue of June 25, 2016.

ווייניק מענטשן ווייסן וועגן דער ראָלע וואָס דער „ייִדישער אַרבעטער בונד‟ האָט געשפּילט אין שוועדן נאָך דער צווייטער וועלט־מלחמה.

טאַקע דערפֿאַר האָט ד״ר האַקאַן בלאָמקוויסט, אַ שוועדישער היסטאָריקער, וואָס ספּעציאַליזירט זיך אין דער אַרבעטער־באַוועגונג, זיך אונטערגענומען צו פֿאָרשן יענע עפּאָכע אויפֿן סמך פֿון אַן אַרכיוו בײַם ייִוואָ אין ניו־יאָרק, וואָס מע האָט אַנטדעקט מיט עטלעכע יאָר צוריק.

דער אַרכיוו באַשטייט פֿון אָפֿיציעלע דאָקומענטן, קאָרעספּאָנדענצן און באַריכטן, וואָס מע האָט געפֿונען בײַ די צווײַגן פֿונעם „בונד‟, וואָס זענען אויפֿגעשטעלט געוואָרן אין עטלעכע שוועדישע שטעטלעך צווישן 1946 און 1954 דורך ייִדן וואָס האָבן איבערגעלעבט דעם חורבן און האָבן געפֿונען אַ מקום־מיקלט אין דער שוועדישער מדינה.

בלאָמקוויסט איז אַ פּראָפֿעסאָר פֿון געשיכטע־פֿילאָסאָפֿיע און דער דירעקטאָר פֿונעם „אינסטיטוט פֿון הײַנטצײַטיקער געשיכטע‟ אינעם סעדערטאָרן־אוניווערסיטעט אין פֿלעמינגסבערג, אַ פֿאָרשטאָט פֿון שטאָקהאָלם. ער האָט שוין געשריבן עטלעכע ביכער וועגן דער געשיכטע פֿון דער שוועדישער אַרבעטער־באַוועגונג, פֿאָקוסירנדיק אויף נאַציאָנאַליזם און אַנטיסעמיטיזם.

דער ציל פֿון בלאָמקוויסטס אַרבעט איז צו פֿאָרשן ווי אַזוי די בונדיסטן אין שוועדן האָבן זיך אַן עצה געגעבן, סײַ אידעאָלאָגיש, סײַ פּאָליטיש, מיט דער נײַער וועלט נאָכן חורבן פֿון מיזרח־אייראָפּעיִשן ייִדנטום, און בפֿרט — דער פֿאַרטיליקונג פֿונעם צענטער פֿון דער בונדישער באַוועגונג אין פּוילן. ווי אַזוי, למשל, האָבן זיי צוגעפּאַסט זייערע פּאָליטישע אידעאַלן און זייער גלויבן אין אינטערנאַציאָנאַליזם צו דער נײַער רעאַליטעט פֿון סטאַליניזם אין מיזרח, קאַפּיטאַליזם אין מערבֿ, און דעם ציוניסטישן פּראָיעקט צו באַזעצן די ייִדן אין מדינת־ישׂראל?

איינע פֿון די ענדערונגען, למשל, איז געווען אַן עוואָלוציע וואָס שייך זייער צוגאַנג צו מדינת־ישׂראל, האָט בלאָמקוויסט דערקלערט בעת אַן אינטערוויו מיטן ייִוואָ אין 2014: „זייער מיינונג פֿון ישׂראל איז אַ ביסל ׳ווייכער׳ געוואָרן, הגם אָפֿיציעל זענען זיי פֿאַרבליבן אַנטי־צינויסטיש געשטימט. איין באַווײַז דערפֿון: דער ׳בונד׳ אין שוועדן האָט רעגלמעסיק געשיקט בײַשטײַערס צום ׳בונד׳ אין ישׂראל.‟

צו לייענען מער פּרטימדיק וועגן בלאָמקוויסטס פֿאָרשאָרבעט, גייט צו: http://www.diva-portal.se/smash/get/diva2:748788/FULLTEXT01.pdf