ידיעות פֿון מעלבורן

News from Melbourne

פֿון שׂרה זילבערמאַן

Published June 27, 2016, issue of June 25, 2016.

די ידיעות פֿון מעלבורן, ווי אויך ייִדישע נײַעס פֿון אַנדערע לענדער איבער דער וועלט, קאָן מען הערן יעדן טאָג אין אונדזער ראַדיאָ־פּראָגראַם „דער פֿאָרווערטס־קול‟.

געשטאָרבן די כּלל־טוערין מאַשע זשעלעזניקאָװ

די לאַנג־יאָריקע כּלל־טוערין מאַשע זשעלעזניקאָװ איז געשטאָרבן אין מעלבורן אין עלטער פֿון 89 יאָר. אַ געבױרענע אין פֿאַר־מלחמהדיקן פּױלן, האָט מאַשע איבערגעלעבט די מלחמה-יאָרן אין סיביר און אין קאַזאַקסטאַן אין אײנעם מיט אירע עלטערן. שפּעטער האָט זי זיך באַזעצט אין מעלבורן צוזאַמען מיט איר מאַן, דעם פּאַרטיזאַנער, ייִדישן לערער און כּלל־טוער אַבֿרהמל זשעלעזניקאָװ.

בײדע זשעלעזניקאָװס זײַנען געװען באַקאַנט אין מעלבורן, דער עיקר נאָך דעם װי זײ האָבן געעפֿנט די „קאַפֿע שעהערעזאַדע‟ אױף אַקלענד סטריט אין 1958. דאָס איז די הױפּט־גאַס פֿון דער געגנט סט. קילדאַ, װאָס איז דעמאָלט געװען אָנגעפֿילט מיט די שארית־הפּליטה און זײערע קינדער.

מאַשע איז במשך פֿון יאָר־צענדליקער געװען טעטיק אינעם ייִדישן הילפֿס־פֿאָנד פֿון װיקטאָריע און אינעם „בני־ברית‟. זי איז אױך געװען די גרינדערין פֿונעם דינסטיק־קלוב, װאָס באַדינט רוסיש־רעדנדיקע ייִדישע אימיגראַנטן.

דער מעלבורנער שרײַבער אַרנאָלד (אַהרן) זײבל האָט אָנגעשריבן אַ בוך און אַ פּיעסע, בײדע באַזירט אױף די איבערלעבונגען פֿון די זשעלעזניקאָװס און זײערע מיטצײַטלער, בײדע אױפֿן נאָמען „קאַפֿע שעהערעזאַדע“.

מאַשע זשעלעזניקאָװ האָט איבערגעלאָזט אַ זון און אױך אײניקלעך (בײדע טעכטער אירע זײַנען געשטאָרבן יונגערהײט). זי איז געװען באַערט פֿון דער אױסטראַלישער רעגירונג מיטן מעדאַל פֿונעם אָרדן פֿון אױסטראַליע לכּבֿוד אירע פֿאַרדינסטן לטובֿת דער ייִדישער באַפֿעלקערונג פֿון מעלבורן.