אַן אַנדער קאָנטראָווערסיע אַרום דעם כּותל

Another Controversy Surrounding the Western Wall

פֿון יואל מאַטוועיעוו

Published June 28, 2016, issue of June 25, 2016.

אַ גרופּע פֿרויען דאַווענען בײַם כּותל־המערבֿי, ירושלים, דעם 24סטן אַפּריל 2016
Getty Images
אַ גרופּע פֿרויען דאַווענען בײַם כּותל־המערבֿי, ירושלים, דעם 24סטן אַפּריל 2016

במשך פֿון די לעצטע פּאָר חדשים האָט זיך אין דער פּרעסע פֿאַרשפּרייט אַ גאַנצע כוואַליע אַרטיקלען וועגן דעם כּותל־המערבֿי. על־פּי־רובֿ זענען זיי פֿאַרבונדן אָדער מיטן אָנגייענדיקן מחלוקת אַרום דער פֿעמיניסטישער פֿרויען־גרופּע „נשות־הכּותל‟, וואָס קומט אַהין יעדן ראָש־חודש אָנגעטאָן אין טלית-און-תּפֿילין, אויפֿרעגנדיק מיט זייער אויסזען דעם טראַדיציאָנעלן פֿרומען עולם. אַן אַנדער סיבה פֿונעם אינטערעס צום דאָזיקן אָרט איז אַן אַנומלטיקער שמועס פֿון „אונעסקאָ‟.

מיט 100 יאָר צוריק, דעם 6טן יוני 1916, האָט דער טערקישער גובערנאַטאָר אַכמעד דזשעמאַל פּאַשאַ פֿאַרווערט די ייִדן מתפּלל צו זײַן בײַם כּותל, צוליב דער פּאָליטישער צווײַג פֿון דער ציוניסטישער באַוועגונג, וואָס האָט שוין דעמאָלט געחלומט איבערצונעמען ירושלים אונטערן ייִדישן קאָנטראָל. מיט נײַן חדשים נאָך דער גזירה, האָט דער פּאַשאַ — פֿאַר אַ גרויסער סומע געלט — ווידער דערלויבט די ייִדן צו דאַוונען בײַם כּותל.

אַזוי צי אַזוי, איז דאָס נישט געווען די ערשטע אָדער די לעצטע פּאָליטישע קאָנטראָווערסיע אַרום דעם כּותל. אין פּרינציפּ, מעג אַ פֿרוי טראָגן ציצית און לייגן תּפֿילין, הגם נישט אַלע פּוסקים זענען מסכּים דערמיט. די רביצין פֿון גרויסן מאַראָקאַנער צדיק און מקבול רבי חיים אבן עטר, דער מחבר פֿונעם קלאַסישן תּורה־פּירוש „אור החיים‟, און די „לודמירער מויד‟, חנה־רחל ווערבערמאַכער, וועלכע האָט געפֿירט אַן אייגענעם חסידישן הויף אין אוקראַיִנע, האָבן עס טאַקע געטאָן. אַ טייל פֿון די „נשות־הכּותל‟ שטרעבן אָבער אינגאַנצן אויסצומעקן דעם הלכהדיקן חילוק צווישן מענער און פֿרויען, דערפֿאַר שטויסן זיי זיך אָן אויף אַ באַזונדערס שטאַרקער קעגנערשאַפֿט מצד די חרדים, וועלכע האַלטן זיי פֿאַר אַן אַפּיקורסישער באַוועגונג.

דעם 22סטן יוני איז אין דער צײַטונג „האָרץ‟ דערשינען אַן אַרטיקל פֿון סדרה דעקאָווען־אזרחי, וואָס קריטיקירט די פֿרויען־גרופּע פֿון גאָר אַן אַנדער פּערספּעקטיוו. די מחברטע טענהט, אַז די פֿעמיניסטקעס פֿאַרוואַנדלען דעם כּותל אין אַ פֿעטיש, וואָס טראָגט דעם פּאָטענציאַל פֿון אַפּאָקאַליפּטישער בלוט־פֿאַרגיסונג. דער אַרטיקל קומט ווי אַ מין המשך צו אַן ענלעכער טענה פֿון אַבֿרהם בורג, פּובליקירט אין דער זעלבער צײַטונג מיט אַ וואָך פֿריִער.