נאָוואָמינסקער רבי פֿאָדערט אַקציעס קעגן קינדער־באַלעסטיקונג

Novominsker Rebbe Urges Action on Child Abuse

דער נאָוואָמינסקער רבי, רבֿ יעקבֿ פּערלאָוו
Shmuel Lenchevsky/VINnews.com
דער נאָוואָמינסקער רבי, רבֿ יעקבֿ פּערלאָוו

פֿון „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published June 29, 2016, issue of June 25, 2016.

דער נאָוואָמינסקער רבי, רבֿ יעקבֿ פּערלאָוו, האָט עפֿנטלעך גערופֿן צו באַקעמפֿן קינדער־באַלעסטיקונג בעת אַ רעדע, וואָס ער האָט אָפּגעהאַלטן אויפֿן הײַיאָריקן צוזאַמענפֿאָר פֿון „תּורה ומסורה‟, גיט איבער די אָרטאָדאָקסישע צײַטונג Yated.

„תּורה ומסורה‟ — אַ נעץ פֿון 760 אָרטאָדאָקסישע טאָגשולן און ישיבֿות — גרייט זיך צו טרענירן הונדערטער ראָשי־ישיבֿה, רביים, און מלמדים איבערן לאַנד, זיי זאָלן זיך אויסלערנען מיטלען אי צו פֿאַרהיטן באַלעסטיקונג אין די שולן, אי צו דערקענען די סימפּטאָמען פֿון באַלעסטיקונג און ווען עס געשעט מחוץ דער שול. די טרעניר־פּראָגראַם וועט פֿאָרקומען אין האַרבסט. דערצו הייבט זיך שוין אָן אַן ענלעכע פּראָגראַם פֿאַר אויפֿפּאַסער אין די זומער־לאַגערן.

דער נאָוואָמינסקער רבי איז דער זון פֿון אַ חסידישן רבי, אָבער ער איז געגאַנגען אין אַ ליטווישער ישיבֿה און האָט שטאַרקע פֿאַרבינדונגען מיט דער ליטווישער קהילה; שפּילט ער אַ פֿאַרבינד־ראָלע צווישן די חסידישע און ליטווישע קהילות.

דער בלאָגער ירחמיאל לאָפּין, וואָס קעמפֿט קעגן סעקסועלער און פֿיזישער באַלעסטיקונג אין דער אָרטאָדאָקסישער קהילה, האָט טענות צום באַריכט פֿון Yated. אין אַן אויסטויש מיט דער „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע, שרײַבט ער, אַז אַלצדינג וואָס די רבנים זאָגן הײַנט האָט מען שוין צוגעזאָגט מיט צען יאָר צוריק, און עס איז נישטאָ קיין ראַיה, אַז דער מצבֿ האָט זיך געביטן.

לאָפּין זאָגט, אַז אַלע אַנקעטעס וואָס מע פּרוּווט דורכפֿירן אין דער קהילה קומען צו נישט, ווײַל די ראָשי־קהילה ווילן נישט אַרויסגעבן די רעזולטאַטן. די קהילה־פּאָליטיק פֿאָדערט נאָך אַלץ, אַז די געטראָפֿענע מוזן גיין צו אַ רבֿ איידער צו דער פּאָליציי.

„אַוודאי ווילן די ראָשי־קהילה, אַז עס זאָלן זײַן ווייניקער פֿאַלן פֿון סעקסועלער באַלעסטיקונג,‟ זאָגט לאָפּין. „אָבער זיי לייגן דעם עול אויף די קינדער דאָס צו פֿאַרהיטן. דאָס דאַרף זײַן דאָס אַחריות פֿון די דערוואַקסענע און דער פּאָליציי.‟