ידיעות פֿון וואַרשע

News from Warsaw

פֿון קאָבי ווײַצנער

Published June 28, 2016, issue of June 25, 2016.

די ידיעות פֿון וואַרשע ווי אויך ייִדישע נײַעס פֿון אַנדערע לענדער איבער דער וועלט, קאָן מען הערן יעדן טאָג אין אונדזער ראַדיאָ־פּראָגראַם „דער פֿאָרווערטס־קול‟.

ליבע־לידער מיט עלעקטראָנישער מוזיק אויפֿן קראָקעווער פֿעסטיוואַל

אָלאַ בעלינסקאַ
אָלאַ בעלינסקאַ

וואָס קען מען זען און הערן די טעג בײַם ייִדישן פֿעסטיוואַל אין קראָקע?

לאָמיר אָנהייבן מיט חזנות. פּוילן איז מסתּמא דאָס איינציקע לאַנד, וווּ חזנים זענען כּמעט פּאָפּ־סטאַרס. עס איז דערפֿאַר נישט קיין וווּנדער וואָס דער חזן בן־ציון מילער קומט צו פֿאָרן יאָר־אײַן יאָר־אויס זינגען פֿאַרן פּוילישן עולם, סײַ אין קראָקע, סײַ אין וואַרשע. דער חזן יעקבֿ לעמער, אויך פֿון אמעריקע, און דער חזן אבֿרהם קירשנבוים פֿון ירושלים, פֿארווײַלן אויך דעם עולם אויפֿן הײַ־יאָריקן ייִדישן פֿעסטיוואַל אין קראָקע.

אָלאַ בעלינסקאַ פֿון גדאַנסק זינגט אינעם פֿעסטיוואַל ליבע לידער אויף ייִדיש. איר פּראָגראַם הייסט טאַקע „ליבליד‟. ווער סע וויל זיך צוהערן צו בעלינסקאַ מוז זײַן נישט נאָר אַ ליבהאָבער פֿון ליבע נאָר פון עלעקטראָנישער מוזיק אויך. הכּלל, ווען די חבֿרה פון דער טעלעוויזיע־פּראָגראַם „סטאַר־טרעק‟ (שטערן־שליאַך) וואָלטן גערעדט ייִדיש, וואָלטן זיי מסתּמא געזונגען ליבע־לידער לויט איר נוסח.

וואָס נאָך? לאָמיר נישט פֿאַרגעסן די טשיקאַווע פֿילמען וואָס מען קען זען אויפֿן פֿעסטיוואַל. נעמט, למשל, אַ פֿילם וועגן דער שאַנכײַער געטאָ, ווו פּליטים פֿון אייראָפּע האָבן געלעבט אונטער דער יאַפּאַנישער הערשאַפֿט. די יאַפּאַנער זענען געווען פֿאַשיסטן אָבער נישט קיין אַנטיסעמיטן; אַזוי אַרום אַז די שאַנכײַ געטאָ איז געווען אין תּוך אַ מקום־מקלט פֿאַר די ייִדן ביזן סוף פֿון דער צווייטער וועלט־מלחמה.

קראָקע איז נישט חרובֿ געוואָרן בשעת דער צווייטער וועלט־מלחמה ווי וואַרשע. ייִדישע גאַסן מיט שילן און שולן שטייען דאָרטן עד־היום. אין ראַמען פֿונעם פֿעסטיוואַל קען מען גיין שפּאַצירן אויף די פֿוסטריט פון די קראָקעווער ייִדן מיט ספּעציעלע וועגווײַזערס.

דער פֿעסטיוואַל ענדיקט זיך די ערטשע וואָך יולי.