פּרשת שלח, תּשע״ו

Weekly Torah Portion: Shlach, 5776

Yehuda Blum

פֿון יואל מאַטוועיעוו

Published June 30, 2016, issue of June 25, 2016.

דער באַשעפֿער האָט אָנגעזאָגט משה רבינו צו שיקן די נשׂיאים פֿון די ייִדישע שבֿטים קיין ארץ־ישׂראל, כּדי אויסצושפּירן דעם מצבֿ אינעם לאַנד.

ווי ס׳איז באַקאַנט, האָט דער רעזולטאַט פֿון דער דאָזיקער מיסיע זיך באַקומען אַ קאַטאַסטראָפֿישער. צען פֿון די מרגלים, אַחוץ יהושע בן נון, דעם ראָש פֿונעם שׂבֿט־אפֿרים, און כּלבֿ בן יפֿונה פֿונעם שבֿט־יהודה, האָבן זיך אומגעקערט מיט אַ טענה, אַז די פֿעלקער, וואָס באַזעצן ארץ־כּנען, זענען צו מעכטיק. די ייִדן זענען צוליב דעם אַרײַנגעפֿאַלן אין ייִאוש און זענען באַשטראָפֿט געוואָרן מיטן וואַנדערן אינעם מידבר במשך פֿון 40 יאָר. אַפֿילו משה רבינו אַליין האָט צוליב דעם נישט זוכה געווען אַרײַנצוטרעטן קיין ארץ־ישׂראל.

די דאָזיקע מעשׂה, איינע פֿון די באַקאַנטסטע אין דער תּורה, ווערט אָפּגעטײַטשט אויף פֿאַרשיידענע אופֿנים. ס׳איז שווער זיך פֿאָרצושטעלן, אַז דאָס ייִדישע פֿאָלק, וואָס האָט זיך געראַטעוועט על־פּי נס פֿון מצרים און איז במסירת־נפֿש אַרײַנגעטראָטן אינעם צעשפּאָלטענעם ים, האָט זיך פּלוצעם איבערגעשראָקן פֿאַר אַ גשמיותדיקער מלחמה.

ווײַטער אין דער הײַנטיקער סדרה לייענער מיר, אַז אַ טייל ייִדן האָבן שפּעטער באַשלאָסן צו גיין ווײַטער, נישט געקוקט אויף דעם באַשעפֿערס גזירה, כּדי אַרויסווײַזן, אַז זיי האָבן נישט קיין מורא פֿאַר די שׂונאים. משה רבינו האָט זיי געוואָרנט, אַז ווי באַלד דער רבונו־של־עולם האָט גוזר געווען, אַז זיי מוזן וואַנדערן 40 יאָר אין גלות, מוזן זיי בלײַבן אינעם מידבר. דער מוט־כּוח האָט זיי טאַקע נישט געהאָלפֿן און זיי געזען אויסגעהרגעט געוואָרן אויפֿן וועג. עס באַקומט זיך, אַז אין פּרינציפּ האָבן די ייִדן נישט מורא געהאַט זיך צו שלאָגן מיט די מעכטיקע שׂונאים. זיי האָבן אָבער פֿאַרשפּטעטיקט דעם ריכטיקן מאָמענט און פֿאַרוואַנדלט זייער פּרוּוו זיך אַרײַנצורײַסן אינעם לאַנד אין דער גרויסער עבֿירה פֿון „עליה בחומה‟. דאָס פּרוּוון צו ברענגען די גאולה דורך גראָבע מיליטערישע מיטלען איז אַ סכּנה און אַ חטא. דער רבונו־של־עולם האָט דאָך געהייסן וואַנדערן, און מע האָט געמוזט עס מקיים זײַן.

אויב אַזוי, קומט אָבער אויס, אַז די מרגלים זענען בעצם געוועם גערעכט. בלויז על־פּי־נס און נאָר אינעם ריכטיקן מאָמענט האָבן די ייִדן געקאָנט אַרײַנקומען אין ארץ־ישׂראל. די שׂונאים זענען געווען זייער שטאַרק און בדרך־הטבֿע וואָלט געווען גרינגער און רויִקער צו בלײַבן אינעם מידבר. דער באַשעפֿער האָט זיי באַזאָרגט דאָרטן מיטן הימלישן ברויט. ווי עס דערקלערן די חז״ל, זענען זייערע מלבושים געבליבן פֿריש במשך פֿון אַלע וואַנדערונגען. די נשׂיאים האָבן ריכטיק אָפּגעשאַצט די סיטואַציע. אַ גוטע מיליטערישע סטראַטעגיע מוז וואָרענען אירע סאָלדאַטן, ווען דער שׂונא איז זייער שטאַרק און אַז בלויז על־פּי נס קען מען אים מנצח זײַן. פֿאַרוואָס זשע האָבן דערמאָלט זייערע ווערטער גורם געווען אַזאַ קאַטאַסטראָפֿישן עפֿעקט?