ידיעות פֿון מאָסקווע

News from Moscow

Courtesy of eshkolot.ru

פֿון סאַשע פּאָליאַן

Published June 30, 2016.

די ידיעות פֿון מאָסקווע, ווי אויך ייִדישע נײַעס פֿון אַנדערע לענדער איבער דער וועלט, קאָן מען הערן יעדן טאָג אין אונדזער ראַדיאָ־פּראָגראַם „דער פֿאָרווערטס־קול‟.

רוסישע ייִדן באַזעצן זיך אין ישׂראל צוליב פּאָליטישע און עקאָנאָמישע סיבות, נישט אַנטיסעמיטיזם

דער ישׂראלדיקער מיניסטעריום פֿון עליה און אַבסאָרבציע האָט פֿאַרעפֿנטלעכט סטאַטיסטישע אָנגאַבעס מכּוח דער עליה אין דעם ערשטן האַלב יאָר 2016.

די גרעסטע צאָל רעפּאַטריאַנטן זענען אָנגעקומען, ווי אויך אין עטלעכע פֿריִערדיקע יאָרן, פֿון רוסלאַנד — 3,114 מענטשן, אַן ערך אַ דריטל פֿון דער אַלגעמיינער צאָל רעפּאַטריאַנטן: 10,082. רוסלענדישע ייִדן פֿאָרן אַוועק, קודם־כּל, ניט צוליב ציוניסטישע געפֿילן אָדער אַנטיסעמיניזם (רוסלאַנד בלײַבט איינס פֿון די לענדער, וווּ דער פּראָצענט אַנטיסעמיטישע פֿאַלן איז צום נידעריקסטן), נאָר צוליב דער פּאָליטישער און עקאָנאָמישער לאַגע אין לאַנד, וואָס ווערט אַלץ ערגער.


פֿעסטיוואַל לערנט באַטייליקטע געשיכטע פֿון ירושלים דורך מאַפּעס און אייגענע פֿאָרשונגען

אין מדינת־ישׂראל קומט פֿאָר די וויכטיקסטע קולטורעלע געשעעניש פֿון דער וואָך אויף דער ייִׅדישער גאַס אין רוסלאַנד: דער פּראָיעקט „אשכּולות‟ פֿירט אין ירושלים דורך זײַן יערלעכן פֿעסטיוואַל פֿון „קלאָוס רידינג‟ — קאָמענטירטן לייענען. דאָס מאָל איז די טעמע פֿונעם פֿעסטיוואַל „אייראָפּע, אַזיע און אַפֿריקע אין ירושלים‟. די באַטייליקטע לערנען זיך די געשיכטע פֿון ירושלים דורך טעקסטן, מאַפּעס, ביכער־אילוסטראַציעס און זייערע אייגענע „פֿעלד־פֿאָרשונגען‟: זיי קענען אַליין לייענען אַנטיקישע גראַפֿיטיס און מאַכן אַ קליינע עטנאָגראַפֿישע פֿאָרשונג. די באַטייליקטע ווערן צעטיילט אויף 3 גרופּעס. די ערשטע פֿאַרנעמט זיך מיט עפּיגראַפֿיק, די צווייטע מיט מאַפּעס און די דריטע לערנט די געשיכטע פֿון ירושלים אין פֿאָטאָגראַפֿיעס. אַחוץ די לימודים אין גרופּעס, זענען אין דער פּראָגראַם אויך דאָ עקסקורסיעס מיט פֿאַרשיידענע קענער (מיט אַ געאָלאָג, אַ באָטאַניקער, אַ היסטאָריקער פֿון דער העלעניסטישער תּקופֿה, מיט קענערס פֿון דײַטשער און אַמעריקאַנער געשיכטע). עס קומען אויך פֿאָר פּלענאַרע לעקציעס, געווידמעט דער געשיכטע פֿון דער שטאָט און איר אַרכיטעקטור און פּלאַנונג, קאָנצערטן, קולינאַר־פּראָגראַמען און אַ קוועסט.


פֿאָרשטייער פֿון ייִדישער אָרגאַניזאַציע באַזוכט פּראָוועסלאַוונער געזעלשאַפֿט נאָך פֿון דעם קייסערס צײַטן

צו די אַנדערע נײַעס: דער גענעראַל־סעקרעטאַר פֿונעם אייראָ־אַזיאַטישן ייִדישן קאָנגרעס, מיכאַיִל טשלענאָוו, האָט אויסגעשטאַט אַ וויזיט אין דער „קיסרישער פּראַוואָסלאַווער פּאַלעסטינער געזעלשאַפֿט‟ — אַן אָרגאַניזאַציע, וואָס איז געשאַפֿן געוואָרן פֿון רוסישע קיסרים און האָט זיך באַשעפֿטיקט מיט קויפֿן ערד אין ארץ־ישׂראל פֿאַר אויפֿבויען פּראַוואָסלאַוונע קלויסטערס און מאָנאַסטירן.

די געזעלשאַפֿט האָט געפּועלט אויך אין די סאָוועטישע יאָרן, און איז געווען פֿאַרבונדן מיט ייִׅדישער טעטיקייט — למשל, אינעם „פּאַלעסטינער זאַמלבוך‟ וואָס די געזעלשאַפֿט האָט אַרויסגעגעבן האָט מען געקענט פֿאַרעפֿנטלעכן אַרטיקלען אין העבראַיִסטיק. אויף דער באַגעגעניש האָבן די צדדים אַרומגערעדט מעגלעכקייטן פֿון בשותּפותדיקער טעטיקייט אין קעגנוואַרט, איצט אַז די „געזעלשאַפֿט‟ ווערט געשטיצט און קאָנטראָלירט פֿון דער מלוכה.


מע וועט אין גיכן פֿילמירן דעם לעצטן טייל פֿון דער אומגעוויינטלעכער חורבן־טרילאָגיע „די עדות‟

דער באַרימטער רוסלענדישער רעזשיסאָר קאָנסטאַנטין פֿאַם האָט דערקלערט אַז אין יולי וועט ער אָנהייבן צו פֿילמירן די דריטע און לעצטע סעריע פֿון זײַן טרילאָגיע קורצע פֿילמען „די עדות‟, וואָס דערציילט וועגן געשעענישן פֿון חורבן פֿון אַן אומגעוויינטלעכן קוקווינקל. די ערשטע סעריע — „די שיכעלעך‟ — באַווײַזט דעם גורל פֿון די העלדן דורך דעם גורל פֿון זייערע שיך. עס ווערט דערציילט די געשיכטע פֿון אַ פּאָר שיך — פֿון אַ קראָם אין פּאַריז ביז דער קופּע שיך אין אוישוויץ. די צווייטע סעריע, „ברוט‟, וואָס באַזירט זיך אויף לודוויג אַשכּנזיס דערציילונג — באַווײַזט די געשעענישן דורך די אויגן פֿון אַ שעפֿערהונט, וואָס איז געוואָרן „אַריאַיזירט‟ און אָפּגענומען פֿון זײַן ייִדישער בעל־הביתטע ראָזאַנע. די צווייטע באַגעגעניש צווישן זיי קומט פֿאָר ווידער אין אוישוויץ, וווּ ראָזאַנע איז אַ קאַצעטלערין, און ברוט — אַ וועכטער־הונט. די דריטע סעריע פֿון „די עדות‟ וועט הייסן „אַ פֿידל‟. די פֿילמירונגען וועלן פֿאָרקומען אין מאָסקווע, פּראָג, ברעסט, ניו־יאָרק און ירושלים. דער רעזשיסאָר זאָגט צו, אַז אין דער דריטער סעריע וועלן זיך טרעפֿן די העלדן פֿון די פֿאָריקע צוויי.