אָנלײַן־אויסשטעלונג וועגן ציליע אַדלער

Online Exhibit on Celia Adler

ציליע אַדלער אין „וווּ איז מײַן קינד?”
courtesy of chicagoyivoblog.com
ציליע אַדלער אין „וווּ איז מײַן קינד?”

פֿון „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published July 03, 2016, issue of June 25, 2016.

אויף דער וועבזײַט פֿונעם ווירטועלן „מוזיי פֿון ייִדישן טעאַטער‟ איז לעצטנס אַרויפֿגעשטעלט געוואָרן אַן אָנלײַן־אויסשטעלונג וועגן דער באַרימטער ייִדישער אַקטריסע, ציליע אַדלער.

אַדלער איז געבוירן געוואָרן אין שטאָט ניו־יאָרק, די טאָכטער פֿונעם באַקאַנטן ייִדישן אַקטיאָר, יעקבֿ פּ. אַדלער, און דער פּאָפּולערער ייִדישער אַקטריסע, דינה שטעטין, וואָס האָט געהאַט פֿאַרלאָזט איר פֿרומע היים כּדי זיך משתּתּף צו זײַן אינעם ייִדישן טעאַטער. ציליעס עלטערן האָבן זיך געגט ווען זי איז נאָך געווען אַן עופֿעלע.

איר שטיף־שוועסטער סטעלאַ אַדלער האָט געגרינדעט אַ באַרימטע אַקטיאָרן־סטודיע וווּ מאַרלאָן בראַנדאָ, ראָבערט דע נעראָ און אַנדערע האָליוווּד־שטערן האָבן זיך געלערנט די טראַמע־טעכניק.

אַפֿילו ווי אַ קליין מיידעלע איז ציליע אַדלער שוין אויפֿגעטראָטן אויף דער בינע. ווי אַ פֿיר־יעריקע האָט זי געשפּילט אַ קליינע אָבער באַליבטע ראָלע אין יעקבֿ גאָרדינס „די ייִדישע קיניגין ליר‟, אַ פּיעסע וועגן אַ מעכטיקער מאַטריאַרך וואָס ווערט ביטער אַפּגעפֿרעמדט פֿון איר משפּחה. נאָך עטלעכע מאָל שפּילן קינדווײַז אויף דער בינע, האָט אַדלער ווי אַ דערוואַקסלינג זיך דערווײַטערט פֿונעם ייִדישן טעאַטער. אָבער זי האָט שפּעטער ממשיך געווען איר טעאַטער־קאַריערע אונטער דער השפּעה פֿון דער אַקטריסע, בערטאַ קייליש, מיט וועמען זי האָט מיטגעשפּילט אין אַ שטעלונג פֿון הערמאַן סודערמאַנס פּיעסע, „היימאַט‟.

אין 1946 איז אַדלער געווען איינע פֿון די ערשטע צו שפּילן אַ ראָלע פֿון אַ חורבן־געליטענער, אין לוטער אַדלערס “A Flag is Born” („אַ פֿאָן ווערט געבוירן‟) אויף בראָדוויי, צוזאַמען מיט פּאָל מוני און מאַרלאָן בראַנדאָ. די פּיעסע איז וועגן אַ פּאָרפֿאָלק וואָס האָט דורכגעלעבט טרעבלינקע און וואָס פּרוּווט אַריבערצופֿאָרן קיין פּאַלעסטינע.

אַדלער האָט אויך פֿיגורירט אינעם ייִדישן פֿילם, „וווּ איז מײַן קינד?‟ פֿון הענרי לין, וועגן אַן עלנטער אַלמנה וואָס באַדויערט איר באַשלוס אַוועקצוגעבן איר קינד אין אַ יתומים־הויז.

אויף דער אָנלײַן־אויסשטעלונג ווערט איבערגעגעבן צום ערשטן מאָל אַן ענגלישע איבערזעצונג פֿון אַדלערס אויטאָביאָגראַפֿיע, וואָס איז פּובליקירט געוואָרן אויף ייִדיש אין 1959.

מע קען אויך זען 25 אויסצוגן פֿון אַן אינטערוויו מיט אַדלער פֿון 1974, דורכגעפֿירט דורכן „אַמעריקאַנער־ייִדישן קאָמיטעט‟, און הערן אַ רעדע, וואָס זי האָט געהאַלטן אין 1975 אין דער שטאָט ניו־יאָרק פֿאַר אַ גרופּע עלטערע לײַט.

די אויסשטעלונג איז אָפֿן ביזן 8טן סעפּטעמבער, און ווערט אָנגעפֿירט דורך סטיוו לאַסקי, אַ ליב־האָבער פֿון ייִדישן טעאַטער און געשיכטע.

צו זען די ווירטועלע אויסשטעלונג וועגן ציליע אַדלער, גייט צו: http://www.museumoffamilyhistory.com/moyt/cadler.htm